שמעון פֿרוג : "דער שלח–מנות טרעגער"
צעקאָכט, פאַרמאַטערט און צעהיצט . . .
דאָם נעזל גלאַנצט דער שטערן שוויצט –
עס לויפט דער פּורים-יעגער –
דער שלח-מנות – טרעגער.
ער האַלט אַ טעלערל אין האַנט.
איך שרייַ צו אים; "שטּיי"! –
כאָטש יאָג אים נאָך אַ רייַטער.
נישטאָ קיין צייַט, נישטאָ קיין צייַט,
דער טאָג איז קורץ, דער וועג איז ווייַט.
אוי, שלח-מנות טראַגן –
אַ שפּילעכל צו זאָגן!
מע זעט נישט, ווי עס פליט די צייַט.
די שטאָט איז גרויס,דער וועג איז ווייַט.