"די מגילה" : י. גויכבערג
אַמאָל איז געווען
אַ קיניג אַ נאַר,
אַ בּיטערער האַר.
האָט המן דער בּייזער
געגעבּן אַ זאָג:
נעמט הרגעט די ייִדן –
און אַלע אין איין טאַג.
האָט אסתּר די מלכּה –
אַ ייִדישע פֿרוי,
געוויינט פֿאַרן קיניג
אַזִוי און אַזוי :
אַ, העלף מיר, מייַן קיניג,
מייַן פֿאָלק איז אין נויט,
דער המן וויל בּרענגען
אויף ייִדן דעם טויט.
און בּאַלד האָט דער קיניג
צעבּייזערט זיך שטאַרק :
נעמט הענגט אים, דעם המן,
אין מיטן פֿון מאַרק !
און אסתּרס פֿעטער –
מרדכי דער ייִד,
האָט געזונגען פֿאַר ייִדן
אַ פּורימדיק ליד.
געהערט האָבּן ייִדן
און האָבּן געלאַכט,
און זיסע המן-טאַשן
אויף פּורים געמטאַכט.