"מדינה" ( אַמיידעלע דערציילט)

לעווין קיפּניס [1888-1962] : אונטערן פֿייגנבוים , ז' 65-69

 

 

איך בין געבאָרן געוואָרן פֿרייַטיק, דעם 5טן אייר, אין יאָר תש"ח – אין דעם זעלביקן טאָג
וואָס עס איז געבאָרן געוואָרן געוואָרן מדינת ישראל. ווי איך בין נאָר וואָס אַרויס אויף דער וועלט, האָב איך געמאַכט אַ געוואַלד און אַ געוויין : "או-אַ! או-אַ!

רופֿט זיך אָן דער דאָקטער:

- אָ-אָ-אָ! אַ שיינע שטים האָט דאָס מיידעלע, זי וועט זייַן אַ זינגערין ! מ'דאַרף איר אַ נאָמען געבן "רינה", דאָס הייסט געזאַנג. אויף מאָרגן, שבת, בין איך שוין געווען אַ מיידל פֿון איין טאָג אַלט. אויך מדינת ישראל איז געווען אַלט איין טאָג. זענען געקומען אין שפּיטאָל מיך באַזוכן צוויי באָבעס מייַנע.

איין באָבע – דעם טאַטנס מאַמע.

די צווייטע באָבע – דער מאַמעס מאַמע.

איך בין געלעגן גראָד אין בעט לעבן מייַן מאַמען. האָבן זיך די צוויי באָבעס אייַנגעבויגן מיך זען. ווייַזט אויס, אַז איך בין זיי שטאַרק געפֿעלן, ווייַל זייערע אויגן האָבן ליכטיק געשייַנט.

זאָגט די באָבע, מייַן טאַטנס מאַמע:

- איך געדענק נאָך מייַן באָבען: זי איז געווען אַ גוטע, ליבע פֿרוי, מען האָט זי גערופֿן מינע. מען דאַרף טאַקע רופֿן אָט דאָס מיידעלע אויף איר נאָמען : "מינע".

רופֿט זיך אָן די צווייטע באָבע, דער מאַמעס מאַמע:

-  מייַן באָבע, איך געדענק נאָך ווי הייַנט, איז געווען אי שיין, אי קלוג, אַן אשת חייל: מען האָט זי גערופֿן דינה. איך מייַן אַז ס'איז כּדאי צו רופֿן דאָס קינד אויף איר נאָמען :"דינה".  הערן אויס מייַנע עלטערן און זאָגן :

- אונדזער טאָכטער וועט ניט הייסן –

       ניט מינע,

       ניט דינה,

       אויך ניט רינה,

זי איז געבאָרן געוואָרן אין איין טאָג מיט מדינת ישראל, וועט זי הייסן "מדינה".

און דאָס איז טאַקע מייַן נאָמען !

 

            *   *   * 

 

אויפֿן צווייטן שבת - איך בין שוין אַלט געווען אַ גאַנצע וואָך. אויך מדינת ישראל איז אַלט געווען איין וואָך .

איך בין שוין געווען בייַ זיך אין דער היים.

אַלע מייַנע פֿעטערס און מומעס און אַלע אונדזערע גוטע פֿריינד זענע געקומען בענשטן מיך, און געבענטשט אויך מדינת ישראל איך האָב געקומען בענשטן מיך, און געבענטשט אויך מדינת ישראל .

איך האָב געקראָגן אַ סך מתנות: אַ שיין בעטעלע,  אַ ווייכע קאָלדרע, איין ראָזע קליידעלע, אַ וואַנעלע מיט שיינע שפיל-זאַכן.

אויך מדינת ישראל האָט באַקומען אַ  מתנה : הונדערטער ביימער צו פֿלאַנצן אויף וויסטע בערג.

 

            *   *   * 


 אָט אַזוי איז אַריבער אַ וואָך נאָך אַ וואָך, אַ חודש נאָך אַ חודש – ס'איז אַריבער אַ יאָר.

ניט איין מאָל בין איך קראַנק געוואָרן, איך האָב געוויינט פֿון גרויסע שמאַרצן- בויך ווייטיק און  ציין-ווייטיק, געפּאָקט און געמאָזלט, ביז כ'האָב זיך געשטעלט אויף מייַנע פֿיס און אָנגעהויבן גיין.

אויך מדינת ישראל איז אַלט געוואָרן איין יאָר.

שווערע טעג איז זי אויסגעשטאַנען , ווייַל פֿון אַלע זייַטן זענען אויפֿגעשטאַנען שונאים, זיי זענען באַפֿאַלן די מדינה און אַרויסגערופֿן אַ גרויסע מלחמה, אָבער דאָס יידיש מיליטער האָט מלחמה געהאַלטן מיט גרויס העלדישקייט און געזיגט.

אַ סך געסט זענען געקומען מיך בענטשן צו מייַן ערשטן געבוירנטאָג.

צווישן זיי איז אויך געווען מייַן קוזין "עוזי" און קוזינע "דרורה". זיי זענען געווען אָנגעטואָן אין אַ שיינעם אוניפֿאָרם מיט גלאַנצנדיקע קנעפּלעך, מיט שיינע עפּאָלעטן און אַ זילבערנעם זשעטאָן אויפֿן היטל. זיי זענען געווען סאָלדאַטן אין דער יידישער אַרמיי.

אַז איך וועל אויסוואַקסן וועל איך אויך זייַן אַ זעלנערין אין דער יידישער אַרמיי – אין צה"ל – צבא הגנה לישראל.

אַ יאָר נאָך אַ יאָר זענען פֿאָראיבער. צווי יאָר אַלט – געווען אין אַ קינדער-היים, פֿיר יאָר אַלט – געגאַנגען אין קינדער-גאָרטן, זעקס יאָר אַלט – אַרייַן אין שול - - -

איך בין שוין צען יאָר אַלט !

כ'קען לייענען, שרייַבן, רעכענען און תנ"ך – איך בין אויסגעוואָקסן. מייַן צענטן געבוירן-טאָג האָב איך געפֿייַערט צוזאַמען מיט דעם צענטן יאָר פֿון מדינת ישראל.

אויך מדינת ישראל האָט זיך אַנטוויקלט און איז געוואָרן שיין און גרויס.

הונדערטער טויזנטער יידן זענען געקומען פֿון אַלע עקן וועלט קיין ישראל:

שטעט, דערפֿער און קיבוצים זענען געגרינדעט געוואָרן בייַ אַלע גרענעצן פֿון לאַנד:

פֿיל שולן, פֿאַר קליינע און פֿאַר גרויסע, האָט מען אויסגעבויט אין אַלע ישובים פֿון דער מדינה:

מען האָט אויפֿגעשטעלט גרויסע פֿאַבריקן, וואָס אַרבעטן טאָג און נאַכט:

פּוסטע פֿעלדער זענען באַדעקט געוואָרן מיט געראָטענער תבואה: וויסטע בערג זענען באַפֿלאַנצט געוואָרן מיט גרינע, פֿרישע ביימער: וואַסער-רערן ציען זיך ביז דאָרשטיקן נגב.

די מדינה איז אויס געוואָקסן.

 

*  *   *

 

לכבוד דעם יו-טוב האָב איך אויסגעפּוצט אונדזער שטוב מיט פֿאָנען און בילדער פֿון די פֿירער פֿון אונדזער לאַנד.

ווען ס'איז נאַכט געוואָרן, האָבן מיר זיך געזעצט אַרום אַ שיינעם טיש, געגרייט מיט אַלדאָס גוטס. מיר האָבן אויפֿגעהויבן כּוסעס מיט רויטן ווייַן און געטקונקען "לחיים" צים צענטן געבוירנטאָג פֿון מיר און פֿון דער מדינה, מען האָט דערציילט אַ סך מעשיות אוןנמגעזונגען פֿריילעכע לידער.

נאָך דעם זענען מיר אַרויס אין פּאַרק. דער הימל איז געווען באַלויכטן מיט זייער שיינע פֿייַער ווערק, אויף אַ גרויסער בינע האָבן געשפּילט מוזיקער – און אַ גאַנצע מאַסע, פֿון קליין ביז גרויס, האָט געזונגען און געטאַנצט. דער גרויסער גאָרטן איז געווען פֿון מיט טאַנצנדיקע רעדלעך, אויך אַלע גאַסן אַרום און אַרום זענען געווען ווי איין גרויסער קאַראַהאָד. אויך אַלע גאַסן אַרום און אַרום זענען געווען ווי איין גרויסער קאַראַהאָד. די גאַנצע שטאָט, דאָס גאַנצע לאַנד האָט געטאַנצט און געשאַלט.

 

 

*   *   *

 

הייַנט בין איך, מדינה, און מדינת ישראל שוין אַלט עלף יאָר. לאָמיר דערלעבן איבער אַ יאָר!

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407235

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©