חנוכה:

 

- חנוכה איז אַ יידישער יום טובֿ וואָס ווערט אַכט טעג געפֿייערט, פֿון כ"ה כסלו.

 

- דער נאָמען איז "חנוכה",  דאָס מאַכט חֲנוּ - כ"ה, דאָס הייסט די חשמונאים האָבן גערוט פֿון זייער מלחמה מיט די יונים אין פֿינף און צוואַנציקסטן טאָג אין כסלו. אין דער צייַט פֿון צווייטן בּית המקדש ווען די יוונים האָבן געקעניגט איבער ארץ ישראל.

 

די יוונים האָבן אַרויסגעגעבן פֿאַרשיידענע גזירות אויף די יידן.  זיי האָבן פֿאַרבאַטן צו פּראַקטיציערן זייער יידישקייט, און האָבן געשטערט די יידן צו לערנען תורה.

 

- די חשמונאים האָבן געפֿירט אַ קריג מיט די יוונים. אין כ"ה כסלו די יידן האָבן געווונען.

 

אין יאָר 167 לפנה"ס האָבן די חשמונאים אָנגעהויבן דעם אויפֿשטאַנד קעגן די יוונים אין ארץ ישראל, וואָס ווערט גערופֿן "מרד החשמונאים".

לויט די יידישע מקורות איז דאָס געווען אין יאָר 138 לפנה"ס ווען די יידן האָבן געוואָנען אין כ"ה כסלו דעם קריג.

 

די מקורות וואס דערציילן וועגן דעם יום-טוב חנוכה זייַנען:

מקבים א', ספר חשמונאים א', קדמוניות היהודים.

 

   

 

- ווען די חשמונאים זיַינען אַריַין אין היכל, האָבן זיי גאָרניט געפֿונען אויסער איין פֿעסעלע מיט אויל וואָס האָט באַנוגנט צו אָנצינדן די מנורה פּונקט אַכט טעג.

 

- דערפֿאר האָבן די חכמים באַשטימט מען זאָל אָנצינדן חנוכה-לעכט, כדי צו דערמאַנן דעם נס.

 

 

 מצוות און מנהגים פֿון חנוכה:

 

-   אַנצינדן די חנוכה ליכט.

 

 - אין חנוכה קומען זיך משפחות צוזאַמען און מען פּראַוועט יום טוב חנוכה.

 

 - מען זאָגט "הנרות הללו".

 

 -  מען זאָגט "על הניסים".

 

 - מען זינגט חנוכה לידער: "מעוז צור".

 

- עס איז אַן איינגעפֿירטער מנהג אַז מען שפּילט אין דריידלעך.

 

 - ס'איז אויך געוואָרן אַ מנהג לעצטנס עסן פּאַנטשקעס.

 

  - מען עסט פֿרישע לאַטקעס געמאַכט פֿון קאַרטאָפֿל.

 

 - עס איז אַ מנהג געבן אויך חנוכה געלט.

 

 

חנוכּה:

חנוכּה, חנוכּה                              

חנוכּה שיין.                                

חנוכּה יום טובֿ                             

אין מייַן היים                             

חנוכּה יום טוב

שיין און גוט

 

ליכטעלעך:

ליכטעלעך, ליכטעלעך                               

שיינע צעהעלט                              

ס'איז יום-טובֿ, קינדערלעך 

איבער דער וועלט.                          

 

פֿריילעכע ליכטעלעך

פֿריילעך אין הויז.                           

ס'איז יום-טובֿ חנוכּה

פֿאַר קליין און גרויס.   

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 433469

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©