פּסח:

- פּסח איז אַ יידישער יום טוב וואָס שטאַמט פֿון דער תורה.

- דער יום טוב ווערט געפֿייערט י"ד ניסן במשך זיבן אָדער אַכט טעג.

- דער יום טוב איז צו דערמאַנען און זיך אויפֿרישען די נסים און נפֿלאות וואָס דאָס יידישע פֿאָלק האָט איבערגעלעבט בעת יציאַת מצרים.

 

- פּּסח שטאַמט פֿון דער לשון "איבערגעהיּפּט" דאַנקענדיק דעם באַשפֿער וואָס ער האָט נאָר געהאַרגעט די בּכֿורים פֿון די מצרים און נישט די יידישע בּכֿורים.

 

אַ גרויסער יום-טובֿ:

 

ס'איז אַ גרויסער יום-טובֿ

און אַ גרויסע פֿרייד.

ס'איז די נאַכט פֿון סדר –

אַלץ איז צוגעגרייט:

 

מצה, ווייַן, חרוסת,

און אויך פֿלייש און פֿיש.

ס'הייבט זיך אָן דער סדר –

לאָמיר גיין צום טיש.

 

 מצוות און מנהגים פון פסח:

חמץ: מען עסט נישט קיין חמץ, מען אַרבעט שווער אויסצורוימען דאָס הויז פֿון חמץ כדי עס זאָל זיך נישט געפֿינען קיין חמץ.

 מצה: מען עסט נאָר אַ מצה, אַלץ זכר פֿון אַרויסלויפֿן פֿון גלות מצרים האָבנדיק קיין צייט פֿאַר מאַכן טייג און יערן דעם מעל כדי באַקומען ברויט.

 

 הגדה של פסח: די מצווה איז אין ליל הסדר זאָגן די הגדה, באַזירט אויפֿן פּסוק "והגדת לבנך" פֿון ספּר שמות (י"ג, 8) כדי צו דערציילן די געשיכטע פֿון יציאַת מצרים.

 דערצו מיר האָבן פֿאַרשיידענע מנהגים און מצוות כדי די קליינע קינדער זאָלן ווערן נייגעריק און גוט אויסהערן די דערציילונגען פֿון דער הגדה פֿון פּסח וואָס דערציילט וועגן יציאת מצרים.

 

 - מען זאגט "מה נשתנה".

 

 

 

חד גדיא:

שמואל צעסלער

 

חד גדיא, חד גדיא, אַ ציגעלע קליין,

וואָס טאַטע האָט אייַנגעקויפֿט פֿאַר צוויי גילדיין.

דערעזען האָט עס קעצל, געלויערט, געקוקט

און ס'ווייַסינקע ציגעלע גרויזאַם פֿאַרצוקט.

 

חד גדיא, חד גדיא,

אַ ציגעלע קליין,

חד גדיא, חד גדיא,

אַ ציגעלע שיין.

 

 

 

 

 

 

 

אליהו:

 

אליהוס כּוס דער שיינער

שטייט שוין פֿול מיט ווייַן,

באַלד וועט אליהו קומען,

באַלד וועט ער אַרייַן.

 

ווייַל צום סדר קומט ער בענטשן

יעדן יידנס הויז.

און פֿאַר אים דעם כּוס דעם שענסטן

קלייַבט מען שטענדיק אויס.

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 295301

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©