אַלע מענטשן אַרבּעטן

 

                 (לויט אַ טעקסט אין,, גן גני")

 

צירעלעס טאַטע איז אַ פֿאַרמער –

     ער אַקערט און זייט.

מירעלעס טאַטע איז אַ שנייַדער –

     ער שטעפּט און ער נייט.

בּערעלעס טאַטע איז אַ בּעקער –

     ער בּאַקט בּרויט און זעמל.

שמערעלעס טאַטע איז אַ קרעמער –

     אַלץ האָט ער אין קרעמל.

פעסעלעס טאַטע איז אַ בּויער –

     עד בּויט שטיבּער און מויערן.

גנעסעלעס טאטַע איז אַ סטאָליער –

     ער מאָכט טירן און טויערן.

מענדעלעס טאַטע איז אַ שוסטער –

ער פֿאַרדיבט און נייט שיך.

 

 

גנענדעלעס טאַטע איז אַ קוכער –

     ער קאָכט שטענדיק אין קיך.

 

אַ גאַנצע וואָך אַרבּעטן זיי.

     דעם ערשטן טאָג, – זונטיק

     דעם צווייטן טאָג, – מאָנטיק

     דעם דריטן טאָג, – דינסטיק

     דעם פֿערטן טאָג, – מיטוואָך

     דעם פֿינפֿטן טאָג, – דאָנערשטיק

     דעם זעקסטן טאָג, – פֿרייַטיק

דעם זיבּעטן טאָג אַרבּעטן זיי ניט.

דער זיבּעטער טאָג איז שבת.

שבּת – רוט מען.

קומט שבּת – קומט רו.

    

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 324238

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©