דער בריווטרעגער

 

מאַני לייב

מאני לייב (ברוסית: Мани-Лейб) הוא שם העט של משורר היידיש מנחם לייב בראהינסקי (Мани Лейб Брагинский; ה'תרמ"ה, 1883, נז'ין, אוקראינהה'תשי"ד, 1953, בניו יורק).

אין דרויסן האָט גערעגנט,

אין דרויסן האָט געשנייט –

פֿאַר אים איז עס קיין תּירוץ ניט,

נאָר ער גייט און גייט...

 

אַ גרויסער זאַק אַ פֿולער

אויף זייַן אָרעם הענגט,

און אין זאַק אַ וועלט מיט בריוו

פֿאַר אַלעמען ער ברענגט.

 

מעג דונערן און בליצן,

צי בייַסן גאָר אַ פֿראָסט –

דער בריווטרעגער דער גוטער

צעטראָגט געטרייַ די פּאָסט.

 

- בריווטרעגער, דו ליבינקער,

אפֿשר האָסטו הייַנט

אויך פֿאַר מיר אַ בריוו געבראַכט

פֿון מייַן גוטן פֿרייַנד?

 

שמייכלט ער און גיט אַ זאָג :

געטראָפֿן ! כ'האָב פֿאַר דיר

און פֿאַר דייַנע טייַערע

גאַנצע בריוולעך פֿיר.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 324238

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©