אַ סוכּות־מעשׂהלע (פֿראַגמענט)
פֿון ש. פֿרוג
יום־כּיפּור, דאַנקען גאָט, אַוועק,
דערלעבט, געטרײַע ברידער,
אויס וויינען, זיפֿצן גאַנצע טעג —
מען זיצט אין סוכּה ווידער.
מען זיצט באַדעקט מיט גרינעם סכך
אין רו און אין פֿרידן,
דער לולבֿ שײַנט, דער אתרוג שמעקט —
אַ ריח פֿון גן־עדן!..
מען לעבט, מען פֿרייט זיך, מען קוועלט אָן
ווי קינדער אין די וויגן,
אײַ, אײַ, ווי גוט איז מיצוות טאָן —
בפֿרט מיט פֿאַרגעניגן.