זעסט די סוכּה (פֿראַגמענט)

פֿון י. י. סיגאַל

זעסט די סוכּה, הויט און ביינער,
דאָ אַ ברעטל, דאָרט אַ ברעט;
נאָר דער גרינער סכך דער שיינער
צערטלט איר דעם קאָפּ און גלעט.

 

סוכּה, גוטע סוכּה וווילע,
כ׳פֿיר דיך שוין מיט זיך אַרום
אויף די שטעקלדיקע זײַלן
אויסגעהאָרבעט, שוואַך און קרום.

 

איבער וועלטן, איבער ערדן,
איבער ים און טריקעניש;
איבער שׂינאה, איבער שווערדן,
און דײַן אַלטער קרומער טיש

 

שטייט אויף זײַנע פֿיס — אַ גיבור,
און די בענטשליכט שײַנען העל,
יאָר נאָך יאָר גייט פֿעסט אַריבער
דײַן געבענטשטע שמאָלע שוועל.

 

און די ליכט אין לײַכטער ברענען,
און די מאַמעס בענטשן זיי,
ליכט און מאַמעס — הייליק זײַנען
זיי — אין יעדן ווינטל־וויי.

 

יעדן פֿלאַטער, יעדן פֿלעמל,
ציטערט אויף דאָס האַרץ אין שרעק,
נאָר די צײַטן — הײַנט ווי דעמאָלט,
יאָגן זייער אַנגסט אַוועק.


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407316

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©