שבת
שטייען לייַכטער
אויף דעם טיש ;
און די חלות
שמעקן פֿריש.
מורמלט מאַמע
שטילערהייט.
מורמלט, מורמלט,
זיסע רייד.
דאָס בענטשט מאַמע
שבת-ליכט,
און עס שייַנט
איר קלאָר געזיכט.