לאַטקעס
פֿון קאַרטאָפֿל און פֿון מעל,
פֿון אַן אייַ צעשלאָגן געל,
פֿון אַ לעפֿל ווייַסע שמאַלץ,
פֿון אַ קליינעם ביסל זאַלץ,
פֿון דעם פֿייַערס ברען און ברי,
פֿון דער גוטער מאַמעס מי –
ווערן חנוכּה בייַ נאַכט
גוטע לאַטקעלעך געמאַכט.