אַ מעשה מיט אַ הענגלייַכטער : ר' נחמן בראַסלעווער

 

מעשׂה  : איינער איז אַוועקגעגאַנגען פֿון זייַן פֿאָטער און איז געווען אין אַנדערע

מדינות פֿיל טעג. ער האָט זיך אויפֿגעהאַלטן בייַ פֿרעמדע.

     אין אַ צייַט אַרום איז ער געקומען צום פֿאָטער זייַנעם און האָט זיך באַרימט, אַז ער האָט דאָרטן זיך אויסגעלערנט אַ גרויסע אומנות, ווי אַזוי צו מאַכן מיט גרויס קונסט אַ הענגלייַכטער. און ער האָט געהייסן, מע זאָל צונויפֿנעמען די אַלע לייַט, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט דער אומנות פֿון מאַכן הענגלייַכטער, וועט ער זיי ווייַזן די גרויסע חכמה זייַנע אין דער דאָזיקער אומנות.

     און ער האָט אַזוי געטאָן, דער פֿאָטער זייַנער. ער האָט צונויפֿגענומען די אַלע, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט דער דאָזיקער אומנות, זיי זאָלן זען די גרויסקייט פֿון זייַן זון, וואָס ער האָט אויפֿגעטאָן אין די דאָזיקע אַלע טעג, וואָס ער איז געווען בייַ אַנדערע אין די הענט.

     און אַז זיי זייַנען זיך אַלע צונויפֿגעקומען, האָט דער זון אַרויסגענומען אַ מנורה, וואָס ער האָט געמאַכט.

     האָט זי זייער מיאוס אויסגעזען אין די אויגן פֿון זיי אַלע.

     איז דער פֿאָטער זייַנער געגאַנגען צו זיי אַלעמען און זיי געבעטן, אַז זיי זאָלן אים אויסזאָגן דעם אמת.

     זייַנען זיי גענויט געווען אויסצוזאָגן אים דעם אמת, אַ זי איז זייער מיאוס.

נאָר דער זון האָט זיך געהאַלטן אין איין באַרימען:

-         זעט איר, וואָס פֿאַר אַ חכמה עס ליגט אין מייַן אַרבעט !...

האָט אים זייַן פֿאָטער מודיע געווען, אַז דער הענגלייַכטער זעט גאָר נישט אויס שיין אין זייַערע אַלעמענס
אויגן.

האָט אים דער זון געענטפֿערט:

-         אַדרבה, מיט דעם האָב איך באַוויזן מייַן גרויסקייט. וואַרעם איך האָב געוויזן זיי אַלעמען זייַער חסרון.

וואָרעם איז דעם דאָזיקן הענגלייַכטער געפֿינען זיך די חסרונות פֿון יעדן איינעם פֿון די בעלי-אומנות, וואָס געפֿינען זיך דאָ. דו זעסט דאָך, אַז בייַ דעם איז מיאוס אָט דער טייל פֿון דעם הענגלייַכטער: אַן אַנדער טייל אָבער זעט בייַ אים אויס זייער שיין. בייַ אַן אַנדערן ווידער איז פֿאַרקערט. אַדרבה, אָט דער טייל, וואָס זעט-אויס מיאוס בייַם חבֿר זייַנעם, איז שיין און ווונדערלעך אין זייַנע אויגן, באָר וואָס דען? אָט דער טייל איז מיאוס, און אָט אַזוי איז עס מיט זיי אַלע. דאָס, וואָס עס איז שלעכט אין די אויגן פֿון דעם, איז שיין אין די אויגן פֿון חבֿר זייַנעם. און אַזוי פֿאַרקערט. האָב איך געמאַכט די דאָזיקע מנורה פֿון חסרונות אַליין, כדי צו ווייַזן זיי אַלעמען, אַז זיי פֿאַרמאָגן קיין שלמות נישט. אַז יעדער איינער האָט אַ חסרון, וואָרעם דאָס, וואָס עס זעט-אויס שיין אין זייַנע אויגן, איז אַ חסרון אין די אויגן פֿון זייַן חבֿר. אין אמתן אָבער קען איך מאַכן דעם הענגלייַכטער ווי געהעריק.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408895

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©