שאָטנס
שמעון שפּונד " דער לעצטער פֿון די ל"ו", פּאַריז, 1950 , ז' 9.

 

קומט אַ שאָטן מיט צוויי פֿליגל,

פֿול מיט דערנער זענען זיי

זעצט זיך בייַ אַ  קינדער-וויגל

און פֿאַרוויגט זייַן ווילדן וויי...

 

קומט אַ שאָטן בלינד אָן אויגן

פֿון הייסע טרערן אויסגעברענט

קומט פֿאַרבלוטיק, איינגעבויגן

און פֿאַרברעכט די דאַרע הענט.

 

קומט אַ  שאָטן אָן די גלידער,

ווי אַ הויפֿן צער און שרעק,

ווי אַ  ווידער-קול פֿון לידער,

פֿון אַ הייסן פֿלאַם פֿאַרדעקט.

 

קומט אַ שאָטן ווי אַ שייטער,

ווי אַ נישט-דערברענטע קויל,

ווי אַ פֿלאַם, אַ נישט-באַפֿרייטער,

ווי אַ בלוטיק שוואַרצער קנויל.

 

קומט אַ שאָטן ווי פֿון טרערן,

פֿון מיליאָנען אָפּגעקרענקט -

און אין כאָר עס לאָזט זיך הערן

נאָר איין וואָרט : געדענקט !" ....

 

                                            I

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407990

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©