אויסגעהאַקטע בוימעלעך...
שמעון שפּונד " דער לעצטער פֿון די ל"ו", פּאַריז, 1950, ז' 8
אויסגעהאַקטע בוימעלעך,
יידישע יתומה'לעך –
אָ, וו טרייבט מען זיי ?
ווילד - צעפֿליקטע בלימעלעך,
מיילעכלעך אָן שטימעלעך
פֿול מיט אָך און וויי...
אָן אַ נעסט, די פֿייגעלעך,
טרויעריק שוואַרצע אויגעלעך
מיט טרערן אָן אַ שיעור. –
פֿאַרבלוטיקט - לייכטע קליידעלעך –
און צווישן זיי מייַן מיידעלע ! –
וויט וויי, ווי וויי איז מיר ! ...