קדיש בלאָזן אַלע ווינטן
שמעון שפּונד " דער לעצטער פֿון די ל"ו", פּאַריז, 1950, ז' 11
קדיש בלאָזן אַלע ווינטן,
קדיש וויינט אין יעדן הויז - -
קדיש אויבן, קדיש אונטן,
אין די חורבות פֿון דער קלויז...
יזכור מורמלן אַלע בוימער,
יזכור אין בית-עולם-ליכט,
אין צעשטערטע קברים-שטיינער,
אין די שוואַרצע טעג און נעכט !....