ס'קומט אָפֿט אַ קלאַנג

 

שמעון שפּונד " דער לעצטער פֿון די ל"ו", פּאַריז, 1950, ז' 12

 

ס'קומט אָפֿט אַ קלאַנג פֿון נעבן האַרץ

און פֿליט אין הימלען הויך -  -

אַ מיידעלע, אַן אויסגעדאַרטעס,

צעשווימט פֿאַר דיר, ווי רויך...

 

פֿון דער נשמה קומט אַ קלאַנג

פֿון טויזנט טונק'לע פֿאַרבן -  -

דעם מוח פֿאַרסמט אַ וויי – געדאַנק

פֿון בענקשאַפֿט און פֿון שטאַרבן ! ...

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407969

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©