דער מאמעס וויגליד

(פֿאָלקסמאָטיוו)

"דער לץ און דער ריטער", "פרץ פאַרלאַג", 1975, ז' 14-15 

                 
דער מאַמעס וויגליד קען  איך ניט פֿארגעסן,

וואָס זאָל איך טאָן, איך קען איךף קען זי ניט פאַרגעסן,

אַ טייַער קול איז בייַ מייַן וויגעלע געזעסן

און האָט מייַן האַרץ געלערנט גיין אין סטרי פֿון ניגון,

וועט אָן איר וויגליד דאָך מייַן האַרץ זיך אויפֿהערן צו וויגן..

 

דער מאַמעס וויגליד קען איך ניט פֿאַרגעסן,

איך קען זי אין מייַן לעבן ניט פֿאַרגעסן,

אַ זוניק ווינטעלע איז אויף מייַן ברוסט געזעסן

און האָט מייַן אָטעם וויען וואַרעם אויסגעלערנט,

קען אָן איר וויגליד דאָך מייַן אָטעם אויסגעקילט מיר ווערן.

 

דער מאַמעס וויגליד קען איך ניט פֿאַרגעסן,

איך קען זי ווי מייַן נאָמען ניט פֿאַרגעסן:

אַ קלאָרע ציג איז אויף מייַן קישעלע געזעסן,

דערציילט די וועלט איז ווייַס אויף מוטערמילך געזויגן,

וועט אָן איר ליד דאָך אויסרינען די שייַן פֿון מייַנע אויגן..

 

דער מאַמעס וויגליד קען איך ניט פֿאַרגעסן,

איך קען ווי אין מייַן היים זי ניט פֿאַרגעסן :

אַ פּאַווע גאָלדיק איז צוקאָפּנס  מיר געזעסן,

פֿאַרפּיקט אין מוח מיר דעם טרוים פֿון גליק און גינען,

קען אָן איר וויגליד ווו זיך דעמאָלט אייגענען מייַן זינען ?

 

דער מאַמעס וויגליד קען איך ניט פֿאַרגעסן,

וואָס זאָל איך טאָן, איך קען זי ניט פֿאַרגעסן,

איך בין אין איר, ווי אין מייַן וויגליד, געזעסן,

איר גרויסער ניגון ווערט דאָך קיין מאָל ניט פֿאַרענדיקט,

דער מאַמעס וויגליד – זי איז דאָך מייַן אָנהייב שוין אויף
                                                                  שטענדיק.

1955

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 433457

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©