אַלע שוסטער גייען באָרוועס
בערלס טאַטע אין אַ שוסטער
דאַר און קראַנק און שטענדיק הוסט ער.
נאָר דער טאַטע זאָגט ס'איז גאָר נישט
אַרבעט, אַרבעט, כאָטש ער טאָר נישט.
מאַכט ער שיך פֿאַר גרויסע, קליינע -
שיך - ווי ליאַלקעס, גלאַנציק- שיינע.
שיך – פֿון לעדער שוואַרצן, געלן .
ווי נאָר איינעם איז געפֿעלן.
נאָר פֿאַר בערלען און פֿאַר זיך
מאַכט דער טאַטע ניט קיין שיך .
גייט ער, בערל , און זייַן טאַטע
שיך - אַ לאַטע אויף אַ לאַטע........