צוויי זילבערנע בעכער
/ ה.לייוויק [1888-1962]

 

פֿאַר רבקה גובר אין כפר וואַרבורג

א.

צוויי זילבערנע בעכער. אויף זיי אויסגעקריצט

די נעמען פֿון צוויי אומגעקומענע ברידער.

געווען אַ ישראל-מלחמה. און איצט? –

די שטילקייט פֿון נאָך ניט דעזונגענע לידער.

 

די ברידער – זיי ליגן אין וואַרבורג דעם כפר, -

חלילה דייַן קול פֿון צו אויפֿהייבן העכער, -

די מאַמע אַליין טראָגט פֿאַַרשלאָסן איר צער

פֿאַרביי און אַרום די צוויי זילבערנע בעכער.

 

ב.

די בעכער אין זכר פֿון אירע צוויי זין, -

אַלט זיבעצן איינער, אַלט צוואַנציק דער צווייטער, -

געווען איז אַיעדער, אין פֿרילינגשן גרין,

אין שלאַכט פֿאַר ישראל צו שטאַרבן אַ גרייטער.

 

די גרייטקייט האָט אָפּגעהילכט פֿייערדיק, בראַוו

פֿון אונטער די בונקערס אויף בערגלעך און דעכער;

און איצט – זייער נאָמען אויף דין דינעם כתב

פאַרקריצט און פאַרשניצט אויף צוויי זילבערנע בעכער.

 

ג.

די מאַמע וואָלט קאָנען די בעכער די צוויי

ביז איבער די ברעגן פֿאַרטינקען מיט טרערן,

זי וויל אָבער בעסער, להיפּך איר וויי,

זיי זאָלן דעם יום-טובֿ פֿון פּסח געהערן.

 

בייס סדר, ווען ס'קומט אליהו אַריין,

צו הייליקן ייִדן נאָך אַלע פאַרשוועכער, -

אַז טועם זיין זאָל ער ניט טרערן, נאָר וויין

פֿון אירע צוויי קינדערס דעהייליקטע בעכער.

  

ד.

פּאַרהאַלט זי די טרערן. זיי שטראָמען אַרויס

ווען ס'זעט ניט קיין אויג, און אויך דעמאָלט אפֿילו

ביים גראַז און ביים בוים, וואָס באַשאָטנט איר הויז,

זי בעט פֿאַר איר צער, פֿאַר איר טרויער מחילה.

 

דאָס גראָז און דער בוים זיינען שותפים צום צער

און אויך צום נסיון צו אויפֿקלאָגן העכער,

נאָר אַלע פֿאַרנעמען דעם מאַמעשן גזר:

ניט טרערן, נאָר וויין פֿאַר צוויי זילבערנע בעכער.

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 441643

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©