אין זכות פֿון די קדושים : ה. לייוויק [1888-1962]

 

 

 

אַ דריטל פֿון פֿאַלק איז אַוועק מיטן רויך.

מיר האַבן געקויפֿט פֿאַר אַ פּרייז, וואָם איז הויך,

אַ לאַנד, וואָם זייַן מילך און זייַן האָניק פֿאַרזיסט

דאַם בלוט, וואָם איז ביטער, ווייַל ס'גיסט זיך אומזיסט

 

מען זאָגט; ניט אומזיסט איז געפלאַסן דאָם בלוט-דאָם האַט

זיך גאָטם פֿינגער פאַרשטעלט פאַר אַ רוט, 

איין דריטל דערשלאָגן ,צווי דריטל דערלייזט...

אָ, פֿארכטיקער פינגער אָ, גרויזאַמע טרייס

 

 

 און דאָך האָט אונדז גאָט מיט אַ נס איבערראַשט

דאָם דריטל פֿון פֿאָלק ניט אומזיסט איז צעאַשט-

דער אַש איז געוואָרן פֿאַרוואַנדלט  אין ערד,

דער בראַנד האָט געשמידט פֿאַר קנאים אַ  שּווערד.

 

געפֿעסטיקט די ערד האָט פֿון גלויבער דער שטויב,

און אַז אין איר שפּאַלט פֿון דעם פֿעלדז זאָל די טויב

ניט זייַן צווישן אָדלער און שלאַנג אין אַ קלעם,

די שווערד איז געשטאָלט מיט על–קידוש–השם

 

אַ לאַנד פֿון ישראל מיט דער אייגענער פ࠻אָן,

פֿאַרגעסט ניט דעם אַנדענק פֿון דעם זעקס מיליאָן.

געדענק, אַז דיך האָבן די מתים דערלייזט

און האָבן מיט דיר די אבלים געטרייסט.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 433465

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©