צום יום העצמאות
עליזה גרינבלאַט
טראַקטאָרס זינגען אויף די פֿעלדער,
און פֿאַרוואָרן אונדזער טרוים ;
ביימער זאַמלען זיך פֿאַר וועלדער,
יונג און פריש איז יעדער בוים.
ווייץ-און-קאָרנדיקע זאַנגען
און אַ זון וואָס איז ווי נייַ;
ס'איז פֿול און אַזוי פֿרייַ.
פֿערד און אייזל אין די שטאַלן,
אויף די לאָנקעס-שאָף און רינד ;
און ס'צעקוועלן זיך די קוואַלן,
און מיט בשורה איז דער ווינט.
ליגן קינדער אין די וויגן –
צערטלט זיי אַ מאַמעס האַנט
און פֿאַרוויגט זיי אין אַ ניגון;
זייט געבענטשט פֿאַר אייגן לאַנד.