די וואָס זייַנען אין לאַנד זאָגן;

ראָזאַ נעוואַראָווסקאַ

 

לאָמיר ווערן רינגעלעך אין קייט פֿון רינגען

און מיט אַלע דורות זיך באַנייען,

אַז עס זאַל זיך אונדזער כוח ווייַט צעקלינגען

און דערגרייכן אַל די הייכן פֿון ירושלים.

 

לאָמיר אַלע, אַלע  ציונס זין און טעכטער

די אַליין געקומענע און די געבראַכטע,

ווערן אין דעם לאַנד די בויער און די וועכטער,

און מיט אַלץ וואָס האָט געדרעמלט - זייַן דערוואַכטע.

 

 

לאָמיר ווערט זייַן זען די וווּנדער און די נסים

פֿונעם לאַנד און פֿון ירושלים הבנויה;

אַז מיר זאַלן, נאָך די גלותדיקע ריסן.

זוכה זייַן צו דער מקוים געוואַרענער נבואה.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407295

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©