צוויי מתּנות

לעווין קיפּניס [1888-1962]

 

 

ערב יום-טוב, יום העצמאות.

די שטוב איז געווען שיין געצירט מיט בילדער און פֿאָנען: דער טיש איז געווען שיין געגרייט מיט קוכן און ווייַן:

די יום-טוב-ליכט האָבן האָבן פֿריילעך געלויכטן און באַשייַנט דעם זאַל:

אורי און נילי זענען שוין אויך געווען אויסגעפּוצט יום-טובדיק.

פּלוצעם דערהערט זיך אַ קלונג.

ביידע, אורי און נילי, האָבן זיך אַ לאָז געטאָן און געעפֿנט די טיר.

אויפֿן שוועל האָט זיך באַוויזן אַ שלאַנקער יונגער מאַן מיט גלאַנצנדיקע קנעפּ, מיט עפּאָלעטן אויף די אַקסל.

-         שלום ! – רופֿט דער מאַן – דאָ וווינען אורי און נילי רימוני ?

-         דאָס זענען מיר ! – ענטפֿערן די קינדער און זייַערע בעקעלעך צעפֿלאַמען זיך.

דערווייַל קומט אַרייַן די מאַמעלע, לאַדט אייַן דעם יונגערמאַן און בעט אים זיצן.

זעצט זיך דער מאַן אַוועק: שמייכלט אונטער צו די קינדער, און דערציילט:

-         איך, ווי איר זעט, בין אַ חייל ( אַ זעלנער) , איך בין פֿאַרווונדעט געוואָרן אין קריג

און געלען אין שפּיטאָל, העט ווייַט אין פֿעלד.

אויף פּסח האָב איך נישט געקענט פֿאָרן אַהיים. בין איך געלעגן אין בעט און געווען זייער טרויריק.

איך האָב שטאַרק געבענקט נאָך מייַן פֿרוי און מייַנע צוויי קינדערלעך – איריס און דובי.

ערב פּסח, ווען מען האָט געגרייט אַ סדר-טיש פֿאַר די קראַנע, קומט אַרייַן אַ: "שוועסטער" מיט אַ פּאַק פּעקעלעך און רופֿט:

-         "די שול-קינדער פֿון לאַנד האָבן געשיקט מתּנות פֿאַר די זעלנער אויפֿן פֿראָנט" :

און זי טיילט יעדן קראַנקן אַ זעקעלע  פֿון פּלאַסטיק מיט גוטע זאַכן.

איך עפֿן אויך מייַן פּעקעלע און געפֿין דאָרט, צווישן אַלע גוטע זאַכן, אַ ווונטש-בריוועלע, שיין געשריבן און שיין געמאָלן, און אונטערגעשריבן מיט די נעמען: אורי און נילי רימוני.

איך האָב זיך שטאַרק געפֿרייט ! נישט אַזוי די גוטע זאַכן, ווי דאָס ליבע בריוועלע.

ס'איז מיר לייַכטער געוואָרן, און זיך נישט געפֿילט אַזוי טרויריק און עלנט.

ווען איך בין געזונט געוואָרן און געקומען אַ היים, האָב איך דערציילט מייַן פֿאַמיליע וועגן דעם מתּנה-פּעקעלע וואָס איך האָב באַקומען ליגנדיק אין קראַנקען בעט.

איך האָב אויך געוויזן דאָס ווונטש-בריוועלע וואָס איז געווען בייַגעלייגט.

מייַנע קינדערלעך, איריס און דובי, זענען געווען שטאַרק גערירט פֿון מייַן דערציילן. זיי האָבן איבערגעלייענט דאָס בריוועלע און געבעטן :

-         טאַטע, מיר ווילן אָפּדאַנקען די צוויי גוטע קינדער !

זיי האָבן גלייַך אָנגעשריבן אַ דאַנק-בריוו און דערצו אויך אָנגעגרייט אַ מתּנה פֿאַר אייַך – אָט, האָב איך אייַך געבראַכט.

דער זעלנער דערלאַנגט זיי אַ פּקעט. אין פּקעט איז געווען אַ שייַן ביכל, אַ שאַכטל שאָקאָלאַד און אַ דאַנק-בריוועלע, שיין געשריבן און פֿאַרביק געצייכנט, אונטערגעשריבן מיט די נעמען: איריס און דובי אריאלי.

אורי און נילי זענען געווען איבערגליקלעך !

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407927

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©