דודל

 

 

אין געווען אין די טעג פֿון אויפֿפשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָא.די נאַצים האָבּן געזען אַז עם איז שווער צו בּאַזיגן די יידן.האַבּן זיי געבּראַכט גרויסע טאַנקען.

-"אַ גלית, אַ גלית!"- האָבּן יידן געשריען, ווען זיי האָבּן דערזען אַ גרויסן טאַנק,-"וואָס קען מען טאָן קעגן אַזאַ גלית?"

דער פֿערצן-יאָריקער דודל וואָס איז געווען צווישן די קעמפֿערס פֿון געטאָ האָט געענטפֿערט:-"דוד האָט בּאַ-זיגט גליתן מיט אַ שטיינדל".און ער האָט געטראַכט :"איך בּין  דאָך דוד, איך דאַרף אַרויס קעגן גליתן".

און דודל איז אַרויסמיט אַ פֿלאַש, פֿול מיט גאַזאָלין.

ער האָט אַזוי גוט אַ וואָרף געטאָן די פֿלאַש מיט גאַזאָלין אַז איין טאַנק איז אויפֿגעריסן  געוואָרן.

אָבּער יידן האָבּן ניט געקענט  זיגן. זיי האָבּן געהאַט זייער ווייניק געווער. קיין פֿלעשער מיט גאַזאָלין

זַיינען שוין אויך ניט געווען. יידן האָבּן זיך געשלאָגן ווי לייבּן.  אַ סך נאַצים זייַנען געפֿאַלן, אָבּער עם זייַנען געקומען אַלץ מער און מער נאַצים. זיי האָבּן אונטערגעצונדן גאַנצע גאַסן.

 

       

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407326

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©