בלומען
מוזיק : א. גלאַטשטיין ווערטער : מ. בראָדערזאָן
(23 בנובמבר 1890, מוסקבה – 17 באוגוסט 1956, ורשה)
פֿעלדער גרינען, וועלדער רוישן,
גייען מיר מיט פֿולע קוישן
בלומען אָן אַ שיעור.
גייען מיר אַרומגענומען
און באַקראַנצט מיט יונגע בלומען
אין דעם בונטן ציר.
זינגען, שפּילן מיר און טאַנצן,
און פֿון גליק די אויגן גלאַנצן
בלומענדיק און ריין.
ווער באַקראַנצט וויל זייַן מיט בלומען
זאָל צו אונדז, צו אונדז זאָל קומען,
קומען זאָל צו גיין!