ווען כ'צינד די ליכטלעך אָן, די אַכט... / יעדערן שלום אָפּגעגעבן
אברהם רייזען [1876 – 1953 ]
מוזיק : מ. ליפשיץ
פֿאַרלאָשן זייַנען מייַנע שטערן
און פֿינצטער איז די לאַנג נאַכט,
דאָך הייבט מיר ליכטיק אָן צו ווערן,
ווען כ'צינד די ליכטלעך אָן, די אַכט!
מייַן מאַכט און שטאָלץ איז לאַנג אַריבער,
דער ווילדער שׂונא שפּאָט און לאַכט:
עס לעבט דאָך אויף דער אַלטער גיבור,
ווען כ'צינד די ליכטלעך אָן, די אַכט!
עס שטומען אַלע מייַנע לידער
פֿון גבֿורה, העלדנטאַט און מאַכט:
דאָך קלינגען זיי אין האַרץ מיר ווידער,
ווען כ'צינד די ליכטלעך אָן, די אַכט!
אַן אַלטער טרער מייַן אויג פֿאַרטונקלט
און האָט עס שווער נישט בלינד געמאַכט:
דאָך זעט, ווי העל צוריק עס פֿינקלט,
ווען כ'צינד די ליכטלעך אָן, די אַכט!