דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ / דריטער עטאַפֿ :
ק י נ ד ע ר  -  אַ ק צ י ע
  

 

ק. צטניק [1909-2001] 


 

געלזוכטיקע, זאַמדיקע פֿעלדער אונטער מדבר-גליענדיקע האָריזאָנטן. נישטאָ צו וועמען אויפֿצוהייבן די אויגן. דאָס געטאָ האַלט איין דעם אָטעם –


 קינדער-אַקיצע.


דער ברייַטער געטאָ-פּלאַץ איז אָפּגעליידיקט. די שויבן פֿון די געטאָ-הייזעקס, אַרום און אַרום, קוקן פֿאַרגליווערטע צום בלאַנקן טויט. דייַטשן, באַוואַפֿנטע מיט אויסגעשטרעקטע ביקסן, אַרבל-אָרויפֿגעשאַרצטע הענט, שטייען אינדרויסן אויסגעשטעלט, אַרום און אַרום לעבן יעדן ווינקל און לעבן יעדער אַפּגעליידיקטער זאַמדיקער געטאָ-געסקע.

 באַלד וועט עס זיך אָנהייבן.

 

אין די שטיבלעך דריקן מאַמעס די קעפּ פֿון די קינדער צו זייערע בייכער, שטעלנדיק-זיך הינטער די רוקנס פֿון טאַטעס. אַלע אויגן קוקן צו דער פֿינצטערער עפֿענונג פֿון גרויסן אויטאָמאָביל וואָס שטייט אינדרויסן אויפֿן זאַמדיקן געטאָ-פּלאַץ.

שטאָלענע העלמען-קעפּ, אָן פּנימער. דאָס זענען נישט קיין מענטשן. דו זעסט בלויז שוואַרצע מונדירן מיט אויסגעשטרעקטע ביקסן. די רער פֿון אַ מאַשין-געווער דרייט זיך לאַנגזאַם פּאַמעלעך. אַהער און אַהין, פֿאָרשנדיק די זאַמדיק-פֿארגליווערטע געטאָ-געסקעס, ווי אויף אַ ניי אַנטפּלעקטן קאָנטינענט, אַהער און אַהין. לאַנגזאַם, פּאַמעלעך. דאָ איז נישט פֿאַראַן וווּ זיך באַהאַלטן. קליינע, ליידיקע שטיבלעך, ווי צעלטן. זאַמד פון אונטן, געטאָ-הימל פֿון אויבן. דאָ קוקסטו דעם טויט גלייַך אין די אויגן.

 

קינדער דריקן זיך צו די בייכער פֿון די מאַמעס, ווי זיי וואָלטן געוואָלט דאָרט צוריק אַריין. און דער געשרייַ פֿון זייַערע אויגן שרייַט אַרויס פֿון די אויגן פֿון די מאַמעס, דער פּחד פֿאַרגליווערט דעם אָטעם אין קעל.

 

קינדער-אַקציע.

 

אָט גייען זיי פֿון אַ געסקע אַרויס. אַ לאַנגע ריי. צו צוויי, צו צוויי. די קינדער פֿון קינדער-היים. זיי האַלטן זיך בּייַ די הענטלעך. בּרכה, די לערערין, פֿירט זיי. צו צוויי, צו צוויי.

 

מאַנכע הייבן-אויף די קעפּלעך. דאָס ליכט פֿון העלן טאָג איז צו שטאַרק. פֿאַרקוועטשן זיי די אייגעלעך, קוקן אַרויף צו די אויסגעשטרעקטע ביקסן און צו דער שטילקייט אַרום און אַרום. בּרכה די לערערין פֿירט זיי.

 

מיידל-קעפּלעך.  יינגל-קעפּלעך.  פֿרעבל-קינדער.  באָרוועסע קינדער-פֿיסלעך. אַ סך באָרוועסע קינדער-פֿיסלעך אויף דער געלער ערד –


גלייך צום אויטאָמאָביל.

 

אויבן, אין דער טונקלער אויטאָמאָביל-עפֿענונג, שטייט אַ דייטש. ער כאַפּט אין די הענט אַריין די געוואָרפֿענע קינדער. איינס נאָכן אַנדערן. עס שווייַגט דער הימל און עס שווייַגן די געלזוכטיקע פֿעלדער אַרום ; עס שווייַגן די געטאָ-הייזקעס און עס שווייַגן די אויסגעשטרעקטע ביקסן.

 

אין די שטיבלעך, הינטער די שויבן, פֿאַרגליווערט דער פּחד דאָס קול אין דער קעל.

 

דער אויטאָ איז פֿול. מען טראָגט די זויגלינגס פֿון דער ,,טראָפּן-מילך"-שטעלע. זיי טראָגן זיי אין אַראָפּגעלאָזטע הענט ווי מען טראָגט פּעקעלעך בּיי די אַרומגעבונדענע שטריקלעך. איינס אין דער האַנט, איינס אין דער אַנדערער האַנט. קינדער – וואָס זייַערע טאַטעס און מאַמעס זענען שוין פֿריער אַוועק מיט די טראַנספּאָרטן. רוּיק אַוועק. ווייַל זייערע קינדער בּלייַבּן אין געטאָ און וועלן לעבן.

 

דער אויטאָ איז פֿול. די יללה-רייסערייען פֿון די פֿריש-געברענגטע זויגלינגס הענגען, אויפֿגעשטאָכענע, אויף די אויסגעשטרעקטע ביקסן-לופעס אין די אַרבּל-אויפגעשאַרצטע הענט. דער דייַטש אין דער אויטאָמאָבּיל-עפֿענונג לאָזט אַראָפּ צו דער ערד אַ לאַנגן זאַק. די בּרענגער וואַרפֿן אַרייַן די זויגלינגס אין זאַק... נאָך. נאָך. בּיז פֿול. ער טרעט מיט די שטיוול פֿון דער הויך אויף דער איבערפֿולטער  זאַק-עפֿענונג. נאָך. נאָך.

 

פֿאַרבונדן דעם זאַק – אַרייַנגעוואָרפֿן אין אויטאָמאָביל. פֿאַרבונדן דער צווייטער זאַק – אַרייַנגעוואָרפֿן אין אויטאָמאָביל. שנעל. שנעל. זאַק נאָך זאַק.

דו הערסט מער נישט די יללהדיקע רייסערייען. אַלץ קומט איצט פֿאָר ווי אונטער דער אויבערפֿלאַך פֿון אַ בלייכן וואַסער. דער געטאָ-פֿלאַץ האָט דאָרט אַראָפּגעזונקען. נישטאָ צו וועמען אויפֿצוהויבן די אויגן.

,,קינדער-אַקציע".

וואָלקנס שטויב דעקן צו די זיך-דערווייטערנדיקע אויטאָמאָבילן. פֿאַרווישן די שפּורן פֿון זייַער דאָ-זייַן. דאָס געטאָ האַלט אייַן דעם אָטעם. באַלד וועלן אויך אַוועק די דייַטשן מיט די אויסגעשטרעקט ביקסן.

אויגן אייַגעשטאָכענע צו די שויבן : געענדיקט ! דאָס איז, ווייַזט אויס, געווען בלויז אַן אַקציע אויף קינדער אָן טאַטע-מאַמע. נישט געווען ווער עס זאָל זיי שפּייַזן. אָבער קינדער וואָס זייַערע טאַטע-מאַמע אַרבעטן אין קריגס-וויכטיקע שאָפּן – וועלן זייד אָך נישט נעמען.

אָט פֿאָרן זיי שוין אַוועק.

געענדיקט ! דער טויט האָט אַוועקגענומען די הענט פֿון האַלדז און באַפֿרייַט דעם אָטעם : זיי זענען אַוועק ! פּלוצלינג ברעכן די קינדערלעך אין די שטיבלעך אַרויס מיט אַ היסטערישן געוויין. קוקן טאַטעס מיט וואָכעדיקע בליקן :

פֿאַרוואָס   וויינען   פּלוצלינג   די   איבערגעבליבענע    קינדער ?

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408058

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©