עס שלאָפֿט מייַן קינד...

וולאַדימיר דאַנקאָ

 

עס שלאָפֿט מיין קינד.

אונטער דער קישן

באַהאַלט זייַן הענטעלע פֿון מיר

דעם גלויבן

אין דעם גאָלד'נעם שליסל,

וואָס ענפֿט אויף די צויבער-טיר.

 

ס'איז גוט

און ביטער זיך דערמאָנען:

אָט דאָרט, אין ווייַט,

וואו ס'רוט שוין אַלץ,

אַ יינגעלע

(ס'איז איך אַפּאָנעם)

האַלט אויך אַ שליסעלע

לעם האַרץ.

 

ס'גייט דורך אַ צייט,

און נאָך אַ ביסל,

און פּלוצעם

שטיל, ווי אינעם זאַמד,

עס פאַלט אַרויס

דער צויבער-שליסל

ביי אים פֿון האַנט.

 

און אומעטום –

אַ וועלט מיט טירן,

און יעדע שרייט:

­– צו מיר ! צו מיר !

נאַר ווער וועט אים

צו ,,יענער"

פירן?

וואו עפֿנט ער

אַצינד

די טיר?

עס שלאָפֿט מיין קינד.

אונטער דער קישן

באַהאַלט זייַן הענטעלע פֿון מיר

זיין גאָלד'נעם שטראַל,

זיין גאָלד'נעם שליסל,

וואָס עפֿנט אויף

די צויבער-טיר.

  

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409529

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©