נאָטעס שלאָפֿליד

איציק מאַנגער [1901-1969]

 

איך זינג מיר אַליין אַ שלאָפֿליד:

,,שלאָף, שלאָף, דו איינזאַמער מאַן.

דייַן גורל האָט דיך באַגראַבן

אין ווייַטן אוזבעקיסטאַן".

 

דער ווינט וויגט שטיל דייַן קבֿר:

,,שלאָף נאָטע, שלאָף ליו ליו,

מיט צוגעמאַכטע אויגן

ווערט ליכטיקער, לויטער די רו.

 

הער דאָס רוישן פֿון ווילדגראָז

פֿון די ווילדע בלומען אין פֿעלד,

און צאָרן נישט וואָס דייַן קבֿר

האָט פֿאַר דיר די שטערן פֿאַרשטעלט.

 

די שטערן, די זילבער-ממזרים,

וואַס האָבן מיליאָנען אָפּגענאַרט,

וואַס האָבן מיט גלויביקע אויגן

אויף משיח בן דוד געוואַרט.

 

הער דאָס געשרייַ פֿון די שפּאַרבערס

וואָס פֿליגלען  איבער דער ערד

מיט שאַרפּע בלוטיקע שנאָבלען,

ס'איז גאָרנישט פֿאַר זיי פֿאַרווערט.

 

טאָ דאַנק דער ערד וואָס באַהאַלט דיך

אין איר טיפֿן געטרייען שויס –

זי האָט דיר געשטעלט אַ מצבֿה:

אַ זונבלום און אַ רויז.

 

די מצבֿה וועט בליען פֿון דאָס נייַ –

דער אָקטאָבער וועט זי פֿאַרלעשן

און אָנצינדן וועט זי דער מאַי.

 

און אפֿשר וועט נאָך דייַן ברודער

פֿאַרוואָגלען אַהער זייַנע טריט,

און אַוועקלייגן אויף דייַן קבֿר

דייַן חלום – אַן אייביק ליד.

 

אפֿשר? דערווייַל וואָגלען די וואָלקנס

זייַער אַלטן אייביקן וועג –

פֿיגורן, פֿלאַנצן, כימערעס

ביזן סוף פֿון אַלע טעג".

 

איך זינג מיר אַליין אַ שלאָפֿליד:

,,שלאָף, שלאָף, דו איינזאַמער מאַן.

דייַן גורל האָט דיך באַגראָבן

אין ווייַטן אוזבעקיסטאַן".

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409463

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©