אַכטער עטאַפֿ : בלאָק – שפּערע  / דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ

 :
ק. צעטניק [בן-ציון דינור] (1909-2001)

 

דאָס טויער פֿון דינסט-בלאָק רייסט זיך אויף. דער ,,לויפֿער" פֿון לאַגער-עלטסטן שפּרינגט אַרויס. ער לויפֿט איבער ראָוון, איבער שטרויכלונגען. העפֿטלינגס ציען-איין ברוסטן-ביינער, אָפּשפּרינגענדיק פֿון וועג. מוזלמענער פֿאַלן פֿון זייַנע פֿיס-בריקעס ווי שפּריצנדיקע בלאָטע פֿון לויפֿנדיקע פֿיס איבער קאַלוזשעס. ער לויפֿט צום מיטן פֿון לאַגער-שאָסיי, דאָרט וווּ עס הענגט, ווי אין אַ קלעצער-ראַם, דער גרויסער רונדער גאָנג-טעלער. ער כאַפּט דאָס שטיק אייזן אין האַנט. דער גאָנג שוידערט-אויף, ווילד און אַלאַרמירנדיק:

בלאָק-שפּערע ! בלאָק-שפּערע ! !

די אַרייַנגענג צו די בלאָקן ווערן פֿאַרשטאָפֿט פֿון די זיך אַרייַנדריקנדיקע גופֿים. יעדער ווייסט, אַז אָט-אָט קאָן אַרויסקומען פֿון בלאָק נומער 1 דער לאַגער-עלטעסטער לודוויג טין :

און יעדער ווייסט וואָס עס קאָן מיט אים פּאַסירן אויב טינס אויג וועט דערכאַפּן זייַן רוקן אויסער דעם בלאָק.

אַ מהומה. אַ געלויף. פֿון אַלע לאַגערוועגן, פֿון אַלע לאַגער-פּלעצער : בלאָק-שפּערע ! בלאָק-שפּערע ! !

 

אינעווייניק.

די טויערן פֿון בלאָק זענען אָפּגעשלאָסן. פֿון איין עק - דאָס טויער צום הויפּטוועג פֿון לאַגער, פֿון צווייטן עק - דאָס טויער צום הינטערוועג פֿון לאַגער.

דרייַ שטאָקיקע ברעטער-נאַרעס. זאַלבע צען אויף יעדער נאַרע. פֿינף-הונדערט - לענגאויס איין וואַנט, פֿינף-הונדערט - לענגאויס דער צווייטער וואַנט. זאַלבע צען. ווי אָנגעוואָרפֿענע אויף די האָלץ-פֿאַכן אין גריצייג קראָם.

טויזנטער מענער ליגן אין בלאָק און שוויגן. אין מיטן, פֿון אָנהייב בלאָק ביזן סוף בלאָק,  ציט זיך אַ געבוי פֿון ציגל, אַכציק סענטימעטער הויך. פֿופֿציק סענטימעטער - ברייט. אינעווייניק - הויל. מען רופֿט עס - אויוון. דער אוייוון ווערט קיינמאָל נישט געהייצט. אָָבער יעדער ווייסט צו וואָס אָט דער אויוון ווערט גענוצט אינעם בלאָק.

טויזנט מענער. זיי ליגן אויף די נאַרעס. מען זעט זיי נישט אַרויס. אין בלאָק איז שטיל. ליידיק. ווי עסו ואָלט דאָ קיין לעבעדיק  באַשעפֿעניש נישט געווען.

טויזנט מענער. בלויז די שטובן-דינסט דרייען זיך אויפֿן רוקן פֿון לאַנגן אויוון. הין און צוריק. הין און צוריק. יעדער אויף זייַן אָנגעצייכנטן שטיק פּלאַץ. יעדער מיט זייַן שטעקן אין האַנט.

אין בלאָק-שטיבל, לעבן הויפּט-טויער, געפֿינט זיך דער בלאָק-עלטעסטער. מען פֿילט עס אין דער לופֿט.

בלאָק-שפּערע.

דו ווייסט קיינמאָל נישט די סיבה פֿאָרוואָס אין מיטן העלן טאָג, בשעת אַלץ פֿירט זיך כשורה, בשעת די העפֿטלינגס זענען צעשפּרייט איבערן לאָגער און זאַמלען צונויף זייערע לעצטע מינוטן – קלאַפּט מען פּלוצלונג ,,גאָנג!" ,,גאָנג!"... און אַזוי ווי דו ווייסט קיינמאָל נישט ווען און פֿאַרוואָס עס הייבט זיך אָן די בלאָק-שפֿערע, אַזוי ווייסטו קיינמאָל נישט ווען  און פֿאַרוואָס זי וועט זיך ענדיקן.

אין דרויסן איז דער לאַגער אָפּערייניקט. שטיל. גרינע, לענגלעכע בלאָקן. בלינדע, אָן פֿענצטער, מיט שיפֿע פּאַפּע-דעכער, שטייען אויסגעשטעלט איו אַ גלייכער שורה, אָפּגערוקט פּינקטלעך, איינער פֿון צווייטן – און שווייגן. דער טאָג שפּאַנט איבערן ליידיקן לאַגער-וועג ; איבער די אַפּעל-פּלעצער צווישן איין בלאָק און צוויטן ; איבער דעם שמאָלן הינטערוועג – און שוייגט. אוישוויץ האַלט איין דעם אָטעם.

בלאָק-שפּערע.

אומעטום – זויבער. דאָ, אויף אָט דעם פּלאַנעט, געפֿינסטו נישט קיין שטיקל פּאַפּיר אויף דער ערד. דאָ זעסטו איבערהויפּט נישט קיין שטיקל פּאַפּיר. דו געדענקסט אַפֿילו נישט אַז אַזעלכעס האָט אַמאָל עקזיסטירט. און וואָלט דער ווינט פֿון ערגעץ-ווו דאָ אַהער פֿאַרטראָגן אַ שטיקל פּאַפּיר, וואָלט דאָס באַלד פֿון צענער-טויזנטער הונגעריקע מיילער געוואָרן איינגעשלונגען אָנשטאָט ברויט. אַלץ וואָס קאָן נאָר אַדורך דורך אַ מענטשלעכן וושט – ווערט דאָ איינגעשלונגען. דאָ איז שוין אַלץ געוואָרן איינגעשלונגען. דאָ איז בלויז געבליען : טרוקענער זאַמד, און דאָס האָלץ פֿון די בלאָקן. דאָ איז געבליבן : עלעקטריש-געלאָדענע שטעכלדראָט – אַרום דיר, און אוישוויצער הימל – איבער דיר.

 נישט איין מאָל זעסטו אַ העפֿטלינג פֿאַלט-צו, פּלוצלינג, צום זייַטן-ברעט פֿון זיין נאַרע, בייסט אַריין אין האָלץ די ציין –ציין, לאַנגע, אימהרדיקע, אַרויסשטאַרצנדיקע גלייך פֿון קין-ביין, אָן אַ שפּור פון יאַסלע-פלייש – ביז זיי ברעכן זיך אָפּ, פֿאַלן אַראָפּ ווי לאַנגע אויסגעטריקנטע טייטל-קערנער אויף דער ערד, און ער בייסט נאָך אַלץ דאַס האָלץ מיט די נאַקעטע יאַסלע-ביינער.

נישט איין מאָל הערסטו אַן אויסגעשריי אין מיטן דער נאַכט : בּיי איינעם איז אַ שטיק פֿון אויסגעדאַרטן פֿוס געוואָרן אָפּגעביסן.

זויבער. אין אוישוויץ איז זויבער. דער איינציקער שמוץ איז דאָ – דיין לעבן. בשעת בלאָק-שפּערע, ווען אַלע געפֿינען זיך אין די בלאָקן, איז ריין איבערן לאַגער.

שטיל. צען אויף יעדער נאַרע. ליגן און קוקן צו ברעטער פֿון דער נאַרע וואָס איבער זיי: נאַקעטע ברעטער. נישט געהיבלעוועטע. פֿופֿציק סענטימעטער העכער איבער די אויגן.

צען קעפּ. גאָרנישט בינדט זיי איינעם מיט דעם אַנדערן, ווי עס בינדט נישט די ברעטער איבער דיינע אויגן. אויך דיך האָט מען דאָ צוזאַמענגענאָגלט מיט דיינע שכנים.

צען פּאָר אויגן קוקן, יעדער צום ברעט איבער זיינע אויגן. און פֿון דאָרט שפּיגלט צו אים צוריק דער רעפֿלעקס פֿון אַ לעבּן וואָס איז געווען אַמאָל, אַמאָל, ערגעץ אויף א צווייטן פּלאַנעט. אפֿשר מיט טויזטער יאָרן צוריק; ערגעץ אויף אַ וועלט וואָס דאַכט זיך אַז דו בּיסט דאָרט געווען אַ חלק פֿון איר; אַ וועלט – אַ זוניקע, אַן אָפֿענע, אַ גרין-זאַפּטיקע; צעשטראַלט ווי אַ ווייס-געדעקטער משפּחה-טיש.

צען קעפּ. ווי אָפיום-זויגער אין זייער נאָרע. אַלע צוזאַמען, און דאָך יעדער באַזונדער. אַזוי אויף יעדער נאַרע פֿון בלאָק ; אַזוי אין יעדן בלאָק פֿון לאַגער; אַזוי אין יעדן לאַגער אין אוישוויץ.

בלאָק-שפּערע.

דו וויסט קיינמאָל נישט די סיבה: פאַרוואָס קלאַפּט פּלוצלונג דער גאָנג – ,,בלאָק-שפּערע" ? אפֿשר איז איצט אַ באַזוך פֿון אינטערנאַציאָנאַלן רויטן קרייץ, און ווי תמיד ווייזט מען זיי דעם רעפּרעזענטאַנץ-לאַגער, דאָרט וווּ עס געפֿינען זיך די אַרבעטער-וואַרשטאַטן ; וווּ עס געפֿינען זיך פֿענצטער און טירן אין די בלאָקן ; וווּ מען טראַגט שיך אויף די פֿיס און געשטרייפֿטע מיצעלעך אויף די קעפּ ; פֿאַרבייפֿאַרנדיק אין אויטאָ לעבּן די אפּגעליידיקטע לאַגערן, ווייזט מען אויף זיי אָן מיט פֿינגער: אָט זענען די רעזערוולאַגערן! אָט די שטילע בלאָקן דאָרט, שטייען גרייט אויף יעדען פֿאל, טאָמער וועלן זיי זייַן נייטיק. ס'איז ריין. ס'איז זויבּער. ס'איז שטיל - אַן אידיליע.

און אפֿשר פֿירט מען איצט פֿאַרבּיי אַ טראַנספּאָרט מלחמה- געפֿאַנגענע צו די ,,באַדע-אַנשטאַלטן" און מען דאַרף פֿאַרהיטן אַז עס זאָל חלילה נישט עמיצער אַ שריי טון : ,,מען פֿירט אייַך צו דער גאַז-קאַמער! ".

צען קעפּ. אויפֿן רוקן פֿון ציגל-אויוון דרייט זיך דער שטובּן-דינסט אַרויף און אַראָפ. פֿונדאַנען, פֿון דער אונטערשטער ברעטער-שיכט זעסטו בלויז זייַנע פֿיס. פּלוצלונג : דער קאָפּ פֿון איינעם אויף דיין נאַרע הויבּט זיך אויף. איין פֿוס וואַרפֿט זיך בּיי אים אַריבער אויף דעם צווייטן פֿוס. די צוויי פֿיסבּיינער פֿאַרשליסן זיך פעסט אין אַ ציטערדיקן קאָנוווּלסיוון קראַמף. די פֿויסט פֿון איין האַנט, אַ געביילטע, דריקט מיטן גאַנצן כּוח אויפֿן שפּאַלט וווּ עס וואַקסן אַרויס די צוויי פֿיס בּיים מענטש.

ניין קעפּ כּאַפּן זיך אויף, און קוקן: זיי האָבן עס דערפֿילט. זיי וויסן וואָס דאָס איז. זיי האָבן אים געפּאַקט. ער איז געווען דער ערשטער ! ניין פּאָר אויגן זענען איצט געווענדט אַקייגן איין פּאָר אויגן... אַקייגן איין פּנים. ניין פֿאָר אויגן שפּירן איצט נאָך נאָך דעם מינדסטן צוק פֿון אָט דעם פּנים ; נאָך דעם מינדסטן שינוי אין דעם גלאַנץ פֿון אָט די פּאָר אויפֿגעריסענע אויגן.

איין פּאָר אויגן אַקייגן ניין פּאָר אויגן. זייַן פּנים קרימט זיך אויס אין יסורימדיקע העוויות. דאָס מויל עפֿנט זיך. זייַן אָטעם איז געהאַקט. שווערע לופֿט-קנוילן לויפֿן דורך דעם אָפֿן שטייענדיקן מויל: אַריין און אַרויס! אַרייַן און אַרויס! זיינע אויגן רייַסן זיך אויף, מער און מער. ער קוקט צו די ניין קעפּ ווי ער וואָלט איצט געשטאַנען מיט זיי אין אַ פֿאַרביטערטן קאַמף. אַ קאַמף אויף לעבּן און טויט. סייַ ער קעמפֿט מיט זיי און סייַ זייַנע אויגן בעטן רחמים בייַ זיי. ער ווייסט: נישטאָ קיין רחמים אין דעם קאַמף. קעמפֿט ער אכזריותדיק. אייַנער אַקייגן נייַן. דער אויבערטייל פֿון זייַן קערפּער שאָקלט זיך, ריטמיש-ווילד, שטאַרקער, שנעלער, די פֿאַרלייגטע פֿיס דרוקן קאָנוווּלסיווער איינער אויפֿן צווייטן. די פּויסט דריקט פֿעסטער אויף דעם שפּאַלט. און די צווייטע האַנט דריקט אויף דער פויסט כּדי איר צוצוגעבּן קראַפֿט. זייַנע אויגן, איינגעשטאָכענע אין נייַן פּנימער – און ער שאָקלט זיך. קוקט צו זיי - און שאָקלט זיך. זייַן פֿאַרקוועטשטע פּויסט דריקט. דריקט. ער ווייסט: אויב זאָל ער בּלויז איין טראָפּן פֿון דאָרט אַרויסלאָזן, וועט באַלד אַלץ אַ פֿלייץ טאָן ווי פֿון אַן אויפֿגעריסענער טאַמע. ער וועט עס נישט קאָנען מער צוריקהאַלטן. ער ווייסט דאָס. די נייַן פּאָר אויגן אַקייגן אים ווייסן דאָס אויך. זיי וואַרטן דערויף. אין דער רגע ווי דאָס וועט פּאַסירן, וועלן זיי באַלד אַ רוף טאָן צום צום שטובּן-דינסט: נישט זיי! נישט זיי! דאָס האָט ער געמשתינט אין בלאָק. ער! ער! ער ווייסט דאָס. ער וויסט וואָס עס דערוואַרט אים דערפֿאַר. יעדער ווייסט וואָס עס דערוואַרט אַ העפֿטלינג פֿאַר שטאָנען אין בלאָק. וואָס זאָל ער טאַן?


נייַן פּאָר אויגן איינגעשטאָכענע אין איין פּאָר אויגן. איין פּאָר אויגן, יסורים – אויפֿגעריסענע, אַקייגן נייַן פּאָר אויגן. קיינער רעדט נישט אַרויס קיין וואָרט. אַ קאַמף אויף לעבּן און טויט. דער אָטעם פֿאַרכאַפּט. די ציינער פֿאַרהאַקט און פֿאַרביסן. בלויז איין מויל שטייט אויפֿגעריסן, אָטעמט קנוילן לופֿט: אַריין – אַרויס, אַריין – אַרויס. וואָס זאָל ער טאָן ?


אַ פֿייַער אין אים. פֿלאַמען לויפֿן אַרויף צום מוח, ברענען דעם באַלקן פֿון זייַן קאָפּ – שאַרבן, ווילן אַרויס, נאָר זייַן פּויסט דריקט דאָרט מיטן גאַנצן כוח. זייַן מויל שטייש אָפֿן. ער שעפּט לופֿט ווי אַ וואַסער-פּאָמפּע לעבּן אַ שריפֿה, ער וויל לעשן דאָס פֿייַער.

וואָס זאָל ער טאָן? אויף זייַן לייבּ איז בלויז די דינע בלוזע און די דינע בויזן. מער נישט. קיינער טראָגט אויף זיך נישט מער. וואָלט ער געטראָגן אַ דיקן מלבּוש וואָלט ער אים איצט געקאַנט אַראָפּכאַפּן פֿון זיך, צוזאַמענוויקלען אין אַ קנויל, און דאָרט אַריינשטאָנען.

 

וואָס זאָל ער טאָן ?

נייַן פֿאַר אויגן . זיי אָבסערווירן יעדן קראַמף אויף זייַן פּנים ;  יעדן אויפֿגעשאַרצטן קנייטש אויף זייַן שטערן ; יעדן קאָנווולסיוון ציטער פֿון זייַנע פֿיס. זייַערע בליקן פֿרעגן : שוין ? שוין ?

אַ קאַמף אויף לעבן  און טויט. נייַן ווילן ראַטעווען זייַער לעבן מיטן טויט פֿון צענטן. אַקייגן זיי צאַפּלט אַ לעבן, אַ געבונדנט אין אייגענע קראַמפֿן, און וויל זיך נישט אויסלעשן.

אַ קאַמף צווישן טויט און לעבן. ביז דער טויט כאַפּט אים אָן בייַם האַלדז, דריקט. דריקט. נישט מער קיין אָטעם. דער מענטש קוקט דעם טויט גלייַך אין די אויגן. דער טויט קוקט צוריק צום מענטש גלייַך אין די אויגן. אויגן קוקן צו אויגן. אויגן פֿרעגן צו אויגן : שוין ? שוין ?...

-        - שוין.

אַ שלווה נידערט אַראָפּ אויף זייַן פּנים. ווי גאָטס האַנט וואָלט אָנגערירט אויף זייַן שטערן. דאָס ברענענדיקע גהינום פֿאַרלאָזט אים. ער וויסט אַפֿילו נישט ווי, דורך וועלכן אָרט, דאָס פֿייַער איז אַרויס פֿון זייַן גוף. די קראַמפֿן לאָזן אָפּ, גלייַכן זיך אויס אויף זייַן פּנים. זייַן גוף בלייַבט שטיין לער און שטייַף, ווי אַן אויסגעברענטער האָלץ-שפּאַן.

-        שטובן-דינסט ! שטובן-דינסט !

ער שטייט. אין זייַנע אוירן קלינגט דער רוף. פֿון זייַנע אויגן קוקן אַרויס ווייסע טויבן.

שטיל אין בלאָק. שטיל אין לאַגער. ערגץ, צווישן די נאַרעס, האָט אַ שטובן-דינסט אַרויפֿגעשאַרצט דעם אַרבל אויף דער האַנט פֿון אַ העפֿטלינג, אַ קוק געטאָן אויף דעם אויסגעברענטן נומער אין פֿלייש, און אַוועק צום שטיבל פֿון בלאָק-עלטעסטן.

שטיל אין בלאָק. שטיל אין לאַגער. שטובן-דינסט דרייען זיך אויפֿן רוקן פֿון ציגל-אויוון. הין און צוריק. הין און צוריק.

בלאָק-שפּערע.

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407981

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©