דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ   / ערשטער עטאַפֿ :

ק. צטניק [1909-2001]

 

די מענער

פֿון דער שטאָט מעטראָפּאָלי

 

ערד.


פֿופֿצן מענער גראָבן אַ געמיינזאַמען גרוב אין דער ערד. פֿופֿצן מענער שטייען אויסגעשטעלט אין אַ גלייַכער שורה, אַ מעטער אָפּגערוקט איינער פֿון אַנדערן –
זיי גראָבן.

די זון ליגט, פּלייצעדיק, אויפֿן שאַרף פֿון דער שופֿל. בייַ דייַן יעדן שופֿל-אַרייַנזעץ – באַגראָבסטו די זון אין דער ערד. נאָר בייַ דייַן יעדן ערד-אָפּווורף – שווימט זי ווידער קאַפּויער אויפֿן שאַרף פֿון שופֿל –

 

צעשטראַלטער ווי פֿריער.


אינעם רעפֿלעקס, אַקייגנאיבער דייַנע אויגן : שטיוול. אַ שורה שטיוול. העכער פֿון די שטיוול – הויזן. גרינלעכע הויזן. העכער – ווייַסע הענט. זיי האַלטן אויסגעשטרעקטע מאַשין-ביקסן –

 

- נישט אויפֿהייבן די אויגן ! !

רערן פֿון ביקסן זענען אָנגעשטעלט צו דיר.

הינטר דיר שטייען זיי אויסגעשטעלטע, די מאַסן, די מענער פֿון מעטראָפּאָלי. בשעת דו בייגסט דיך אַראָפּ טיפֿער, כדי פֿלייַסיקער אויפֿצוהייבן דייַן שופֿל, קאָנסטו זען דורך דעם לאָך פֿון דייַן אָרעם-אויסבויג – זייַערע פֿיס. אַ צוזאַמענגע-דריקטע מאַסע פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע פֿיס. קיין אייַנער פֿון די וועט זיך נישט אַרויסרוקן און נישט אַרייַנרוקן, ווי עס וועט זיך נישט אַרויסרוקן און נישט אַרייַנרוקן אַ געפּרעסטער טייטל פֿון זייַן בשותפותדיקן צוזאַמענגעפּרעסטן פֿירקאַנט.


דער פּחד האָט זיי צוזאַמענגעשווייסט.

 

די מענער פֿון מעטראָפּאָלי. דו קענסט זיי. פֿון צווישן זיי האָט מען דיך איצט אויסגעקליבן. דו גראָבסט דייַן גרוב. או זיי קוקן.

 

פֿופֿצן מענער גראָבן אַ געמיינזאַמען גרוב. דו ביסט צווישן די פֿופֿצן.

 

ערד.


אָט איז זי – די ערד. דער פּחד וויל דיך נאָך אָפּרייסן פֿון איר. נאָר דו ווייסט : זי איז דייַן ! באַלד וועסטו ליגן אויף איר. זי אַנטפּלעקט זיך פֿאַר דיר. דט זעסט זי. דייַנע אויגן קוקן צו איר. קיינער אויף דער אויבערפֿלאַך וועט דיך איצט נישט וועלן נעמען צו זיך. בלויז זי, די ערד. זי וועט דריקן צו זיך דייַן פּנים.

ערד.


פֿאַרשידנאַרטיקע ערד. בייַ דייַן שכן איז שוואַרץ ; בייַם שכנס שכן איז זי רויטלעך. בייַ דיר איז זי ברוינלעך. דו וייסט : דו געפֿינסט זיך אויף דער ערד פֿון דעם פֿאַרבריק-שטח "געברידער גוטשיין" ; דו ווייסט : אויף די דעכער פֿון אַלע פֿיר זייַטן זענען צו דיר אָנגעשטעלט רערן פֿון מאַשין-געווער. דיר איז קיינמאָל נישט אויסגכקומען אויף אָט דעם פּלאץ צו טרעטן. פֿרעמדע פּריוואַטע ערד. איצט איז זי אומעטום די זעלבע ערד.

 

- שנעלער ! איך קאָם דיר גלייַך העלפֿען! – שרייַט אַ דייַטש קול צו דער שורה.

 

אַ פּאָר שטיוול דערנענטערן זיך. דאָס ערשטע מאָל אין דייַן לעבן זעסטו שטיוול פֿון אַ דייַטשן סאָלדאַט. קאָנסט דיר נישט העלפֿן אַקעגן דעם אַדורכפֿליענדיקן געדאַנק : "פּוילישע שטיוול זענען עלעגאַנטער...". זייַנע הענט נעמען פֿון איינעם די שופֿל. ער בייגט זיך אייַן, אַ שטייגער ער וויל ווייַזן דעם הינטערשטעליקן ווי אַזוי מען דאַרף גראָבן. דער שופֿלדערלאַנגער שטייט און קוקט. זייַן פּנים דריקט אויס סייַ דאַנקבאַרקייט און סייַ רחמנות צו דער דאָזיקער דאַנקבאַרקייט. פּלוצלינג : די שופֿל-שאַרף טוט אַ בליץ אין דער לופֿט, האַקט זיך אַריין מיט פֿולער קראַפֿט גלייַך אין זייַן מויל :

 

,,איך קאָם דיר גלייַך העלפֿען"!...

 

און שלאָגט רציחהדיק.

 

,,איך קאָם דיר גלייַך העלפֿן"!...

 

,,איך קאָם דיר..."

 

פֿון דער ערד ווערט צוריק אויפֿגעשטעלט אַ ווילד באַשעפֿעניש.

צוויי אַרויסגעזעצטע אויגן, הענגעדיקע לעבן ראַנד פֿון אַ בלוטיקן שטראָם. אַ רויט אויפֿגעריסן מויל – און קאָן פֿאָדערט נישט אַרויסברענגען קיין קול. ער שפּרינגט און טאַנצט ווי ס'שפּרינגען די געשרייען הינטער די ווענט פֿון זייַן האַלדז, ווילן אַרויס און קענען נישט.

 

אויף דער צווייטער זייַט גרוב, אַקייגנאיבער דעם באַשעפֿעניש, הויבט זיך אַ פּנים מיט אַ פֿול מויל געלעכטער צום הימל. יעדעס מאָל, פֿאַר אַ נייעם געלעכטער-אויסברוך, בשעת זייַן קאָפּ גלייכט זיך אויס נאָכאַמאָל אַ קוק צו טאָן אויף זייַן באַשאַף, זעסטו : אונטער אַ העלם – ברילן-גלעזער אין דינער גאָלד-פֿאַסונג ; אַ העל פֿריש-אויסראַזירט פּנים ; פֿולע ליפּן. פֿולע באַקן. בלוט און מילך – דאָס פּנים פֿון אַ יונגען לערער אין אַ פֿאָלקס-שול.

 

זיי שטייען איינער אַקעגן דעם אַנדערן. הינטער איינעם – אַ שורה לאַכעדיקע העלמען, אויסגעשטרעקטע ביקסן. הינטער דעם אַנדערן – די מענער פֿון מעטראָפּאָלי, אַ צוזאַמעגעפּרעסטער פֿיר-עק.

אַ לענגלעכער גרוב טיילט אַדורך צווישן זיי.

 

- שנעלער ! שנעלער !!

 

דער טויט שפּרייזט אַרום דיר, קוקט אויף דיר, באַטראַכט דיך.

 

דאָס באַשעפֿעניש ווערט אַוועקגעשלעפּט בייַ די פֿיס הינטער דעם וואַנט פֿון דעם נאָענטסטן פֿאַבריק-באַראַק. אַן איינציקער שאָס-קנאַל שטילט איין די ווילדע אומקלאָרע קולות, וואָס האָבן זיך געריסן דורך די ווענט פֿון זייַן האַלדז. אַ צווייטער איז געוואָרן אַוועקגעשטעלט אויף זייַן פּלאַץ. די זון ליגט פּלייצעדיק אויף דער שאַרף פֿון אַ רויט-קלעפּיקער שופֿל.

 

- דרעק-זעקע ! שנעלער !!

 

שאָסן פֿייערן פֿון רערן אַקייגנאיבער דייַנע אויגן. דו לעבסט ! דייַן שופֿל אַרבעט ווייַטער. אַלע שופֿלעס אַרבעטן ווייַטער. די קוילן פֿליען בלויז איבער די קעפּ. צי זענען זיי געצילט צום צוזאַמענגעפּרעסטן פֿיר-קאַנט הינטער דיר?

דו קוקסט  דורך  דעם  אָרעם-לאָך : פֿיס שטייען דאָרט ווי פֿריער. שטייען און שווייגן.

דו קאָנסט זיי. דאָס זענען די פֿיס פֿון די גרויסע-סוחרים פֿון דער האַנדלס-גאַס. די,  צוויי אַרויסגעזעצטע אויגן, הענגעדיקע לעבן ראַנד פֿון אַ בלוטיקן שטראָם. אַ רויט אויפֿגעריסן מויל – און קאָן פֿאָדערט נישט אַרויסברענגען קיין קול. ער שפּרינגט און טאַנצט ווי ס'שפּרינגען די געשרייען הינטער די ווענט פֿון זייַן האַלדז, ווילן אַרויס און קענען נישט.

אויף דער צווייטער זייַט גרוב, אַקייגנאיבער דעם באַשעפֿעניש, הויבט זיך אַ פּנים מיט אַ פֿול מויל געלעכטער צום הימל. יעדעס מאָל, פֿאַר אַ נייעם געלעכטער-אויסברוך, בשעת זייַן קאָפּ גלייכט זיך אויס נאָכאַמאָל אַ קוק צו טאָן אויף זייַן באַשאַף, זעסטו : אונטער אַ העלם – ברילן-גלעזער אין דינעא גאָלד-פֿאַסונג ; אַ העל פֿריש-אויסראַזירט פּנים ; פֿולע ליפּן. פֿולע באַקן. בלוט און מילך – דאָס פּנים פֿון אַ יונגען לערער אין אַ פֿאָלקס-שול.

זיי שטייען איינער אַקעגן דעם אַנדערן. הינטער איינעם – אַ שורה לאַכעדיקע העלמען, אויסגעשטרעקטע ביקסן. הינטער דעם אַנדערן – די מענער פֿון מעטראָפּאָלי, אַ צוזאַמעגעפּרעסטער פֿיר-עק.

 

אַ לענגלעכער גרוב טיילט אַדורך צווישן זיי.

 

- שנעלער ! שנעלער !!

 

דער טויט שפּרייזט אַרום דיר, קוקט אויף דיר, באַטראַכט דיך.

דאָס באַשעפֿעניש ווערט אַוועקגעשלעפּט בייַ די פֿיס הינטער דעם וואַנט פֿון דעם נאָענטסטן פֿאַבריק-באַראַק. אַן איינציקער שאָס-קנאַל שטילט איין די ווילדע אומקלאָרע קולות, וואָס האָבן זיך געריסן דורך די ווענט פֿון זייַן האַלדז. אַ צווייטער איז געוואָרן אַוועקגעשטעלט אויף זייַן פּלאַץ. די זון ליגט פּלייצעדיק אויף דער שאַרף פֿון אַ רויט-קלעפּיקער שופֿל.

- דרעק-זעקע ! שנעלער !!

 

שאָסן פֿייערן פֿון רערן אַקייגנאיבער דייַנע אויגן. דו לעבסט ! דייַן שופֿל אַרבעט ווייַטער. אַלע שופֿלעס אַרבעטן ווייַטער. די קוילן פֿליען בלויז איבער די קעפּ. צי זענען זיי געצילט צום צוזאַמענגעפּרעסטן פֿיר-קאַנט הינטער דיר ?

דו קוקסט דורך דעם אָרעם-לאָך : פֿיס שטייען דאָרט ווי פֿריער. שטייען און שווייגן.

דו קאָנסט זיי. דאָס זענען די פֿיס פֿון די גרויס-סוחרים פֿון דער האַנדלס-גאַס. די, וואָס האָבן געוווסט, אַז פּיקחות און האַנדלס-שאַרפֿקייט זענען זייער אום-אייננעמבאַרע פֿעסטונג ;די, וואָס האָבן געהאַלטן הינטער שווערע מאַסיווע טירן פֿון אייַזערנע קאַסעס זייַער יעדע רגע.

 

דו קאָנסט זיי – פֿיס פֿון באַרימטע דאָקטוירים און אַדוואָקאַטן פֿון דער אַלייע-גאַס. די, וואָס האָבן געוווסט, אַז נאָר אַ דועל קאָן משפּטן בייַ דער מינדסטער באַליידיקונג פֿון זייַער האָנאָר.

 

פֿיס פֿון טרעגער און פּאַקער. די, וואָס זענען געשטאַנען אויף רוישיקע האַנדלס-ראָגן מיט דיקע שטריק אַרום די לענדן, אָנגעשפּאַרט נעבן מוירן ווי אונטערשפּאַרנדיקע זיילן-פֿונדאַמענטן.

 

פֿיס פֿון בעלי-עגלות און קצבים. די, וואָס האָבן געוווסט, אַז דער דראָטענער כּוח פֿון זייַערע מוסקולן איז אַ גענונגדיקער באַווייַז, אַז זיי זענען גערעכט.

 

פֿיס פֿון בלאָטע אונטערוועלטנירעס, פֿלינקע פּאַרשוינען ווי די שפּרינג-מעסערס אין זייַערע קעשענעס - -

 

אָ, דו קענסט זיי אַלע. דאָס זענען זיי דאָך, די מענער פֿון דער שטאָט מעטראָפּאָלי.

 

זיי קוקן און שווייגן.

 

שאָסן  פֿייערן  איבער  דייַן קאָפּ : ,,שנעלער" !" ,,שנעלער!".

אינסטינקטיוו  כאַפּט  זיך   די   שופֿל    צוריק: אַ  ווערעמל  געפֿינט  נישט  דעם וועג צו איר היים, און עס איילט דערשראָקן אונטער דער שאַרף פֿון דער צוריקגעכאַפּטער שופֿל אין דייַנע הענט. שאָסן פֿייערן איבער דייַן קאָפּ: ,,שנעלער"!. ,,שנעלער!". און דאָ האָט דאָס לעבן צו דיר פּלוצלינג אַ בלענד געטאָן פֿון דער ערד.

 

לעבן !

 

פֿאַרוואָס גראָבסטו מיט דייַנע אייגענע הענט דייַן גרוב ? שטעל-אויס דעם שאַרף פֿון דער שופֿל ווי אַ ביקס ! שפּינג אַריבער דייַן גרוב, און –

 

אויגן קוקן צו דיר פֿון ער ערד ; אויגן וואָס דו האָסט איבערגעלאָזט אין שטוב, וואַרטנדיקע אויף דייַן צוריקקער –

 

,,אַלע מענער העראַוס ! "

 

,,מענער, וואָס וועלן ווערן געפֿינען אין די הייזער, ווערן געשאָסן !"

 

האָסט דיך אַ ריס געטאָן פֿון אירע פֿאַרקלאַמערטע אָרעמס ; האָסט זי איבערגעלאָזט מיט איר פּויסט אין אויפֿגעריסענעם מויל, כּדי צו פֿאַרשטאָפּן דעם שרייַ, בשעת די אַנדערע האַנט, אַן אויסעשטרעקטע, איז אויסגעצויגן נאָך דיר. נאָך דיר.

 

איצט קוקן צו דיר אירע אויגן פֿון דער ערד און ליימען דייַנע הענט דו זאָלסט זיי נישט קאָנען אויפֿהויבן מיט אַ שופֿל אַקעגן דער שורה אויסגעשטעלטע ביקסן.

 

אָט איז עס דאָס לעבן : עס שרייַט צו דיר פֿון דייַן אייגענעם גרוב : לעב ! גראָב און לעב !

 

אָט איז עס, דאָס לעבן ! צי הערסטו זייַן שרייַען :

 

,,געליבטער, טו עס נישט אַז דו זאָלסט זיך צו מיר נישט קענען מער צוריקקערן!"...

 

,, אָ געליבטער, טו דאָס נישט מיט דייַנע אייגענע הענט !"...

 

,,אַזוי לאַנג ווי דו גראָבסט – לעבסטו !"...

 

,,גראָב און לעב !"...

 

אָט איז עס, דאָס לעבן ! אָט אַזוי שרייַט עס אויך אין אויערן פֿון די אַלע, וואָס שטייען דאָרט הינטער דיר, צוזאַמענגעפּרעסטע.

 

אין די אויערן פֿון יעדן איינעם באַזונדער.

 

בּשעת דו בייגסט דיך אַראָפּ טיפֿער, כּדי אויפֿצוהויבן פֿלייסיקער די ערד אויף דייַן שופֿל, - קאָנסטו זען דורך דעם לאָך פֿון דייַן אָרעם-אויסבויג, זייַערע פֿיס. טויזנטער און טויזנטער פֿיס – שטייען און שווייַגן.

 

,,אַלע מענער העראַוס ! ! "

 

יעדער פֿון זיי איז אַרויס פֿון זייַן הויז, און נאָך זיך איבערגעלאָזט : אַ היים, אַ פֿרוי, אַ קינד. דו קאָנסט זיי –

די מענער פֿון דער ערשטער איינגענומענער שטאָט, געציילט קילאָמעטער פֿון דער דייַטשער גרענעץ, געציילטע טעג נאָכן אויסברוך פֿון דעם צווייטן וועלט-קריג.

קיינער פֿון זיי האָט נישט באַליידיקט, נישט איצט און נישט קיימאָל, קיין דייַטשן סאָלדאַט. ,,אַלע מענער העראַוס!" ערשט איצט זעען זיי צום ערשטן מאָל סאָלדאַטן פֿון היטלערס אַרמיי.

 

דו קאָנסט זיי, די מענער פֿון מעטראָפּאָלי. זיי שטייען, קוקן, און שווייגן.

 

פּלוצללינג באַפֿעל-געשריי :

 

-         שופֿלען צו ערד !

 

-          רוקנס צום גרוב !

 

שאָסן קנאַלן-אויס אַ זאַלפּ הינטער דייַן רוקן. דו ביסא נישט געפֿאַלן. קיינער אין דער שורה איז נישט געפֿאַלן.

 

דרייַ טריט פֿאָרויס !

 

די טריט-באַוועגונגען פֿון דייַנע פֿיס וועקן אין דיר אויף דעם וויי פֿון לעבן, וואָס שיידט זיך איצט פֿון דיר. דו שעמסט דיך פֿאַר דעם ים אויגן, וואָס קוקן צו דיר. זיי קענען דיך. דו שעמסט זיך צו קוקן אין פּנים פֿון דייַן לעבן. און דו גופֿא ביסט איצט דער וויי פֿון דייַן לעבן. באַלד וועלן אַלע זען ווי דאָס אינטימסטע, דאָס פֿאַרבאָרגנסטע, וועט אַרויס פֿון דיר. דו וועסט ליגן אויף דער ערד, אַקעגן ליכט פֿון טאָג, אַלע וועלן קוקן. וועסט אַפֿילו נישט קאָנען צודעקן דעם אויסקרום פֿון דייַן געעפֿנטן מויל. און דו, אַ דערוואַרסענעא מענטש, מאַכסט דרייַ שריט פֿאָרויס, ווי באַפֿוילן.

 

-         דרייַ שריט צוריקטרעטן !

 

נישאָ מער גאָרניט. הייזער, הימל, ערד, אַלץ פֿאַרשווינט. דייַנע אויגן זענען איצט אַריבער און דייַן רוקן. דייַנע אויגן זיצן אין דייַן פּלייצע. דאָרט, אויף דעם אָרט פֿונוואַנען עסק וקט צוריק דייַן לעבן צו די רערן פֿון די ביקסן און דריקט צו זיך דייַן לעצטן אָטעם ווי אַ מאַמע איר קינד.

 

נישטאָ איצט גאָרנישט. גאָרנישט. בלויז דאָס אָרט אויף דייַן פּלייצע. דאָרט ווו די קויל וועט אַרייַן.

 

-         שופֿלען אויף אַקסלען !

 

אַ שורה פֿון פֿופֿצן מענער מיט שופֿלען אויף די אַקסלען שטייען איצט אַוועקגעשטעלט אין אַ זייַט ווי אויף אַ פּאַראַד. צווייטע ריי פֿון פֿופֿצן מענער ווערן אויסגעשטעלט מיט די רוקנס צום גרוב.

 

-         דרייַ שריט פֿאָרויס !

 

... די דייַטשן טרייבן שפּאַס. שפּילן זיך מיט אונדזער שרעק. דו זעסט דאָך ווי שאָסן פֿליען בלויז איבער די קעפּ. קאָנסט שטעלן דייַנע פֿיס זיכערער, הייטערער. נישטאָ וואָס מורא צו האָבן. דו האָסט שוין דעם זעלבן ספּעקטאַקל געזען בייַ דער פֿריערדיקעא שורה. ס'איז שפּאַס.

-          דרייַ טריט צוריקטרעטן !

,,צוריקטרעטן ?" – זאָל זייַן צוריקטרעטן. ס'איז שפּאַס. און ווען אַפֿילו איר שי -  - - -

פֿופֿצן מענער ווי שלאַנקע ביימער. פֿופֿצן לעבנס ליגן אינעם אויסגעגראָבענעם גרוב. דו קוקסט אויף דער ערד, וואָס דו שופֿלסט אויף זיי – אויך זי, די ערד, האָסטו געקענט.


אַן אויטאָ פֿאָרט אַרייַן אינעם פֿאַבריקס-שטח, דערנענטערט זיך. אַן אָפֿיציר שטייגט אויס. דו וואַרפֿסט די שופֿלעס ערד, נאָר די ערשטע שופֿל אויפֿן פּנים פֿון דייַן באַקאַנטן קאָנסטו נישט וואַרפֿן. דייַנע אויגן הענגען אויף דעם פּנים. פּלוצלינג שווימט אין דיר אַרויס די פֿראַגע : פֿאַרוואָס האָבן זיי דאָס געטון ?

 

- הייַל היטלער ! – דאָס פּנים פֿון יונגן פֿאָלקסשול-לערער מעלדעט :

 

-          פֿופֿצן נידערגעשאָסן. איינער באַשטראָפֿט !

פֿאַרוואָס האָבן זיי דאָס געטון ?

 

-           הייַל היטלער !

,,הייַל היטלער !" צוויי ווערטער אַ מאָרד-פּאַראָל. צי איז מעגלעך אַ גאַנץ
פֿאָלק - -

 

מיטן-טאָג. די זון ליגט נאָך פּלייצענדיק אויף דער שאַרף פֿון דייַן שופֿל. באַלד וועט דער גרוב ווידער זייַן פֿול.

דו ביסט פֿונדרויסן. אויף דער אייבערפֿלאַך. אַ צווייטער ליגט אין גרוב. ווער איז מער פֿרייַ ?

דו שטייסט אויף דער איבערפֿלאַך. בייַם ערשטן ברידער-קבֿר. אין דער ערשטעטר דעראָבערטער שטאָט. געציילטע טעג נאָכן אויסברוך פֿון צווייטן וועלט-קריג. הינטער דיר שטייען צוזאַמענגעפּרעסטע –

 

די מענער פֿון דער שטאָט מעטראָפּאָלי.



 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407867

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©