דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ / פֿינפֿטער עטאַפֿ :

פּ נ י ם   א ל   פּ נ י ם

ק. צטניק [1909-2001]

 

נאַקעטער מאַרש אין דער נאַכט.

אוישוויצער נאַכט.

מען הערט נישט קיין טריט פֿון די באָרוועס-מאַרשירנדיקע פיס אויף דער ערד. דו ווייסט נישט ווי לאַנג עס איז די קאָלאָנע אין וועלכער דו מאַרשירסט; וווּ הייבט זי זיך אָן, און וווּ ענדיקט זי זיך. אַרום דיר אָטעמען נאַקעטע מענטשלעכע לייבער אין מאַרש. זעקס אין דער ברייט. זעקס אין דער ברייט –

דער טראַנספּאָרט ווערט דעפֿירט צום ,,באַדע-אַנשטאַלט" אין אוישוויץ.

איבער דייַן קאָפּ ציט זיך אַן אויסגעשיטער הימל מיט שטערן, און אַקעגן-איבער דיינע אויגן הייכט זיך דער שפּיץ פֿון אַ קוימען צום הימל. אַ געדיכטער פֿעטער רויך שלאָגט פֿון אים אַרויס. אָן אַ שיעור פֿונקען. זיי צעשפּרייטן זיך פינקלדעק-צעשפּריצטע איבערן אויסגעשטערנטן הימל, פּונקען מישן זיך אויס מיט שטערן, און דו ווייסט נישט וועלכע פֿון זיי לייכטן העלער.

אַ סך נאַקעטע לייבער. אוישוויץ אונטער דיינע באָרוועסע פֿיס. דער טראַנספּאָרט מאַרשירט אין דער ריכטונג צום קוימען.

נאַכט אַרום דיר. אוישוויץ אַרום דיר. דער טויט האַלט דייַן לעבן צווישן זיייַנע הענט ווי אַ רונדיקן שפּיגל אַקעגן דייַנע אויגן. אים, דער טויט, זעסטו נאָך אַלץ נישט. ער באַהאַלט זייַן פּנים הינטערן שפּיגל. בלויז זייַן אָטעם בלאָזלט אויף דיר ווי ווינט אויף אַ פֿונק אין אַש –

כּדי בעסער צו זען ווי ער לעשט זיך אויס.

פֿון ביידע זייַטן גייען ס.ס.-מענער, שוואַרצע שווייגנדיקע שאָטנס, געהילטע אין נאַכט ווי אין צעפֿלאַטערטע שוואַרצע פּלערינעס, דו קאָנסט דיר מער נישט אויסוויילן דייַן טויט. דו ביסט שוין געוואָרן איבערגעגעבן. דייַן האַר, דער טויט, פֿירט דיך שוין צו זייַנע געצעלטן.

 דו פֿילסט זייַן ריח גייענדיק הינטער דער פּעלערינע פֿון זייַן לאַנגן קלייד. דו קאָנסט דיך מער נישט אויסווישן. ער קאָן שוין דייַן לייב. ער האָט דיך געזען. דו גייסט צו אים אַ נאַקעטער

דו קאָנסט מער נישט אויסקלייבן דייַן טויט. דאָ איז – אוישוויץ. דו גייסט שוין אין די קאָרידאָרן פֿון דייַן טויט. באַלד וועסטו אַריינקומען אינעווייניק, און דו וועסט אים זען פּנים-אֶל-פּנים. אים, דייַן אַלמעכטיקן האַר, דעם אוישוויצער טויט !

ס'איז שטיל. דאָ וואַגט נישט קיינער אַרויסצוברענגען אַ וואָרט. נישטאָ מער קיין שפּראַך. פֿונקען שפּריצן פֿון קוימען. דו דריקסט דאָס שטיקל זייַף אין דער פּויסט פֿון דייַן האַנט. אָן אַ שיעור פֿיס. נאַקעטע פֿיס. דו הערסט נישט זייַער טריט. די נאַכט פֿירט דיך צו זיך. שטערן לעשן זיך איבער דייַן קאָפּ. דו פֿאַרמאָגסט מער גאָרנישט. אַפֿילו די האָר פֿון דייַן קאָפּ  האָט מען אויך פֿריער פֿון דיר צוגענומען. זיי, די האָר, האָבן נאָך אַ ווערט. דו ביסט נאַקעט. דו פאַרמאָגסט מער גאָרנישט. בלויז אַ פֿונק טראָגסטו נאָך אינעוויניק אין דיר. דער טויט האָט אים געקויפֿט אויפֿן יידן-מאַרק. ער געהערט צו אים. באַלד וועט ער אַרויסשפּריצן פֿון אָט דעם קוימען.

אוישוויץ.

וואָס פֿאַר אַ מין פֿאַבריק האָט דער טויט דאָ פֿאַרלייגט ? וואׂס פֿאַר אַ נוצן ברענגען אים די אַרויסגעשפּריצטע פֿונקען פֿון קוימען ?

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407316

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©