דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ / זעקסטער עטאַפֿ :


א י נ ע ו ו י י נ י ק

 

ק. צטניק [1909-2001]

 

 אַ נעץ פֿון רערן איבער דייַן קאָפּ. פֿון די רערן הענגען אַראָפּ דושן. שורות-שורות דושן. און   אין  די  דושן  - לעכעלעך.

פֿון ערגעץ, צווישן די דושן, רינט אַראָפּ אַ זשאַווערנע געדיכטע ליכט. זי באַלייכט די דערוואַרטונג.

דער טרויער שטייט אַ געעפֿנטער צו דער נאַכט. זיי שטראָמען נאָך אַלץ אַריין אָן אויפֿער : נאַקעטע לייבער. נאָך און נאָך. מענטשן. אַלע די זעלביקע צורה. נאָך און נאָך.

וואָס אַמאָל ווערט ענגער. נאַקטע, לייבער אַרום דיר. נאַקטע לייבער רירן אָן דייַן לייב. בייַ יעדן באַרי רטוט דייַן לייב אַ שוידער. דו פֿילסט אַ ציטער איבער דער הויט פֿון דייַן לייב און דו פֿילסט אַ צו פֿרידנקייט אין דעם ציטער. דער שוידער וועקט אין דיר אַ געפֿיל פֿון לעבן. דו האָסט נאָך אַ לייב. דייַן לייב. ווי דו וואָלסט עס פּלוצלינג צוריקגעפֿונען. דו האָסט נאָך קיינמאָל נישט אַזוי ליב געהאַט דייַן לייב. און פֿילסט – דער פּחד שאַרפט דערויף בלאַנקע מעסער-שאַרפן : באַלד וועט עס זיך ראַנגלען מיט אַ טויט וואָס דו ווייסט נישט ווי ער קוקט אויס. באַלד וועט ער קומען באַלד וועסטו אים זען פּנים-אֶל-פּנים. ער זיצט אויבן אין די לעכעלעך פֿון די דושן. באַלד וועסטו אים זען.

אַלע אויגן קוקן אַרויף צו די לעכעלעך פֿון די דושן וואָס איבער זייַערע קעפּ.

די טירן פֿון ,,באָדע-אַנשטאַלט" ווערן אָפּגעשלאָסן. נישטאָ מער אַפֿילו די נאַכט.

נאַקעטע לייבער אַרום דייַן לייב. זיי ציטערן, אַזוי ווי עס ציטערט דייַן לייב. דער שוידער גייט פֿון עק ביז עק ווי אַ ווינט איבער זאַנגען אין פֿעלד. ברייט און ווייַט. דו זעסט נישט די עקן. אָבער דו פֿילסט דעם שוידער פֿון אַלע לייבער אויף דייַן אייגענעם לייב. אָפּגעשלאָסן די טירן. נישטאָ אַפֿילו די נאַכט. בלויז לייבער. אַלע לייבער זענען איצט דייַן לייב. פּונקט ווי דער טויט פֿון יעדן לייב. באַזונדער איז איצט – דייַן טויט.

פּלוצלינג ווערן אַלע לייבער פֿאַרשטיינט. אַלץ ווערט אָנגעגאָסן מיט פֿרייר פֿון פֿאַרגליווערטקייט. פֿאַרשטיינט.

העלדזער.

דו זעסט מער נישט קיין קאָפּ. און דו זעסט מער נישט קיין פּנים. בלויז – העלדזער. אויסגעשטרעקטע העלדזער. אַ פֿלאַכלאַנד פֿון העלדזער. העלדזער אָן קעפּ.

קודם – אַ לייב; איבערן לייב – שולטערן; איבער די שולטערן – אַ האַלדז. און אויבן, איבערן האַלדז – לעכעלעך. טונקעלע לעכעלעך.

דושן-לעכעלעך פֿון אוישוויצער ,,באַדע-אַנשטאַלט".

אַ זשאַווערדיק-געדיכטע ליכט צווישן די העלדזער און די דוש-לעכעלעך. דער טויט שוועבט אין אָט דער ליכט, איידער ער לאָזט זיך אַראָפּ.

העלדזער ווי אויסגעפֿלאַסטערטע שטיינער. דער טויט שפּאַנט איבער זיי ווי אויף שטיינער פֿון אַ ליידיקער גאַס. ער, דער טויט, איז איצט דאָ איינער אַליין. בלויז מיט זיך. דאָ וווינט ער. דאָ אַנטהילט ער זיך פֿון זייַנע ווואַלן. ער אַנטפּלעקט דאָ זייַן פּנים;  דאָ – איינעם פֿאַרמאַכטן ,,באַדע-אַנשטאַלט"; דאָ – איינעם קדשי-קדשים פֿון אוישוויצער טעמפּל.

דו זעסט אים !

קעפּ, איבערגעוואָרפֿענע צום נאַקן, ווי עופֿות-קעפּ אין דער האַנט שוחט. געעפֿנטע  מיילער.   אויסגעשטרעקטע העלדזער. אַרויף צום חלף.

דו זעסט זייַן פּנים.

דאָס פּנים פֿון טויט.

די העלדזער אָטעמען נישט.

פּלוצלינג -   

 

אַ ווייס פּאֶרעלע. לייכט-לייכט. עס וויקלט זיך. עס בייגט זיך, פּיעשטשענדיק זיך איבער די דוש-לעכעלעך, גראַציעז, ווי אויף אַ פּאַרקעט – און פֿאַרשווינדט.

די העלדזער אָטעמען נישט.

באַלד דערנאָך שווימען אַרויס און בלייבן הענגען איבער די לעכעלעך – טראָפּנס. איינצעלע טראָפּנס. פֿולע. אַראָפּהעגענדיק. זיי פֿאַלן נישט אַראָפּ. בלייבן שטיין אין דרויסן, פֿאַר די אויגן, ווי פֿאָרלויפֿער בייַ מלכותדיקע געעפֿנטע טירן; פֿאַנפֿאַרן, פֿאַרן אָנקום פֿון אַ פֿאָרכטיקן מאַיעסטעט...

די העלדזער אָטעמען נישט. פֿאַרשטיינט.

פּלוצלינג :

דינע הייסע שנירעלעך, געוויקלט אין רויך ווי עלעקטרישע דראָטן אין ווייַסער איזאָלאַציע ; הייסע בייַטשן. אָנגעליטע בייַטשן. נאָך אַ רגע רייסן זיי זיך איבער אין דער לופֿט.

  

פֿאַרשווונדן.

ליידעקע, טונקעלע, געהיימנישפֿולע לעכעלעך. דוש-לעכעלעך אין אוישוויצער
,,באָדע-אַנשטאַלט".

ווידער אַ מאָל,

              און ווידער אַ מאָל,   

                       און ווידער אַ מאָל.

פּלוצלינג אַ יאָמערלעכער אויסגעשריי :

-          וואַסער ! ! ! מענטשן, וואַסער !!!

פּלוצלינג באַקומען העלדזער צוריק קעפּ – קעפּ מיט אויגן : קעפּ מיט מיילער. די קעפּ דרייען זיך אים איינער צום אַנדערן. אויגן קוקן צו אויגן. מיילער רייסן זיף אויף צוזאַמען. אַלע אויף אַ מאָל.    

 

-         וואַסער  ! ...

-         וואַסער ! ...

-         וואַסער !...

לייבער שפּינגען מיט אַ יאָמערלעכן געהייל צו דער הייך, רייסן די אָפּגעגאָלטע שאַרבנס ווי האָר פֿון זייַערע קעפּ. און באַגאָסענע מיט טרערן הוילן זיי אויס די שימחה מיט אַ יאָמערלעכן געוויין :

-         וואַ-ס-ער !!!

בייַ די ווענט קנייפּן זיך פֿינגער אין אייגענע לייבער; גראַטשן   גאָלע   ווענט    און     

שרייען     ווי     מטורפֿים:

וואַסער!!!

ווי קאָרקן וואָלטן פּלוצלינג אַרויסגעשאָסן, אויף אַ מאָל, פֿון זייַערע פֿאַרשטאָפּטע העלדזער. זיי שרייען מיט אויסגעקרימטע, וויינענדיקע מיילער; מיט פֿריילעך-משוגענע הענט, אַלע אויף אַ מאָל :

-         וו-אַ-ס-ע-ר !!!

איינער, וואָס איז שטענדיק דער קלוגער, שרייט צו אַלע :

      - שאַ ! שאַ ! אַוודאי וואַסער ! איר זעט דאָך, וואַסער ! – נאָר קיינער הערט אים נישט. די מיילער וויינען צו אים צוריק מיט מטורפֿדיקן גשריי : וו-אַ-ס-ע-ר !!!

ביז די טויערן עפֿענען זיך.

  אין דרויסן קוילערט זיך די נאַכט פֿון געלעכטער. זי שוימט מיט געעפֿנטע פֿינצטערע מיילער פֿון ס.ס.-מענער, און וויקלט זיך מיט זיי אין צעכוואַליעטן געלעכטער. יענע שטייען און קוקן ווי עס קוקן צושויער פֿון דער טונקלקייט צו דער קאָמעדיע אויפֿן באַלויכטענעם עקראַן. און זיי קאַטשען זיך פֿון געלעכטער. 

די נאַקעטע לייבער שטראָמען אַרויס, ווי אַרויסגעוואָרפֿענע צו אַ פֿרעמדן ברעג. אַקעגן איבער שפּריצן פֿונקען פֿון קוימען צום אויסגעשטערנטן הימל. זיי קוקן צו די לאַכנדיקע מיילער, קוקן און קאָנען נישט פֿאַרשטיין –

זיי ווייסן נישט, אַז גליקלעכע זענען געווען יענע, וואָס בייַ זיי האָט פֿון דוש-לעכער, אָנשטאָט וואַסער, זיך אַרויפֿגעהויבן דער אויסגערונענער בלייכער גאַז פֿון די אַריינגעוואָרפֿענע ציקלאָן-פּושקעס –

זיי ווייסן נישט, אַז גליקלעכע זענען געווען יענע, וואָס אויף דער שוועל פֿון אוישוויץ זענען באַלד זייַערע לעבנס פֿון זיי אַרויסגעפֿלויגן ווי אָט די פֿונקען פֿון קוימען –

וואַסער !

זיי לעבן –

און זיי מאַרשירן גליק-שיכּורע צו די בלאָקן אין דעם לאַגער וואָס רופֿט זיך : אוישוויץ

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407247

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©