דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ / זיבעטער עטאַפֿ :


טאָגאויפֿגאַנג אין אוישוויץ

ק. צטניק [1909-2001]

 

פּלייצעס.

פּלייצעס און אויגן –

אין אוישוויץ באַמיט זיך יעדערער אַרויפֿצוציען וואָס העכער די פּלייצע, אַ שטייגער די פּלייצע וואָלט זייַן אַ וואַטענע קאָלדרע, וואָס מען קאָן אַרויפֿציען איבערן קאָפּ, כּדי עס זאָל זייַן וואַרעמער.

אויפֿן שמאָלן הינטערוועג לעבן די בלאָקן.

העכער צען טויזנט מענטשלעכע שאָטנס.

ס'איז נישט צו זען קיין אָנהייב און נישט קיין סוף. אין אוישוויץ איז נישטאָ קיין אָנהייב און קיין סוף. אויף דער צווייטער זייַט פֿון שטעכלדראָט-צוים, אַרום דייַן לאַגער, ציען זיך נאָך אַ סך לאַגערן. אָן אַ שיעור לאַגערן. אָפּ געזונדערטע איינער פֿונעם צווייטן ווי שטערן. אַ פּלאַנעטאַריום, נישט דערפֿאָרשט פֿון קיינעם. פֿון רעכטס – דער B לאַגער פֿון לינקס – דער קאַראַנטין-לאַגער, פֿון הינטן – דער פֿרויען-לאַגער, פֿון פֿאָרנט – דער מילכוועג, אויף וועלכן עס פֿאָרן אָן אויפֿהער, אָן אויפֿהער, די געפּאַקטע אויטאָמאָבילן צום קרעמאַטאָריום.

און אין דער הייך – די לעצטע שעה...

די לעצטע שעה פֿון דער נאַכט. העכער צען טויזנט פּאָר אויגן ווערן אַלע טאָג, אין דער זעלבער שעה, די שעה פֿאַר טאָג אויפֿגאַנג, אַרויסגעשאָטן פֿון די בלאָקן צום הינטערוועג. מען מאַכט איצט ריין אין די בלאָקן. דער דייטש האָט ליב זויבערקייט. ,,שטובנדינסט" צעשניידן איצט אינעוויניק די ברייטלעך אויף פּאָרציעס. אָנשטאָט פֿיר פּאָרציעס ווערן אַרויסגעשניטן אַכט און צען פּאָרציעס פֿון איין ברייטל. די איבערגעבליבענע ברייטלעך וועלן די זעלבע שטובדינסט באַלד אַרויספֿירן צו דער לאַטרינע די בערזע אין לאַגער, -דאָרט וועלן זיי ווערן אויסגעביטן אויף ציגארעטן פֿאַרן בלאָק-עלטסטן. פֿיר ציגארעטן פֿאַר אַ ברויטל. און אין דרויסן טאַנצן העכער צען טויזנט מענטשלעכע סקעלעטן אַ דבקותדיקן דזשונגלטאַנץ, פֿוס–אַרויף, פֿוס–אַראָפּ.

די קאַלטע אוישוויצער ערד זייגט אויס דורך באַרוועסע פּיאַטעס דעם לעצטן זאַפֿט פֿון זייערע ביינער.

 

אויגן –

 

אַ טייַך אויף וועלכן אומאויפֿהערלעכע רעגנבייַטשן קיילעכןאויס אָנצאָליקע גרויסע, אויפֿגעריסענע וואַסער-אויגן ; אַ שטראָם וואָס ציט זיך פֿון דער אוישוויצער באַן-ראַמפּע ביז צום קרעמאַטאָריום. תּמיד דער זעלבער שטראָם. אָבער קיין מאָל נישט די זעלבע וואַסער-טראָפּנס. שטענדיק נייַע, פֿרישע. דו זעסט זיי בלויז אין זייער שטילער, פּאַמעלעכדיקער פֿאַרבייַשווימענדיקייט. זיי קוקן צו דיר מיט אַ דורכדרינגלעכער, גלאַָז-אויפֿגעגלאַנצטער שיין, זוכן אויף דייַן פּנים דעם רעפֿלעקס פֿון זייער אייגענעם פֿאַרגאַנגענעם לעבן - און זעען גאָרנישט. אַפֿילו דעם לאַגער דורך וועלכן זיי שווימען אַדורך זעען זיי אויך נישט.

אויגן -

אויגן וואָס האָבן פֿופֿציק יאָר געבויט פֿונדאַמענטן, אויף וועלכע דורות נאָך זיי זאָלן זיך קאָנען גרונטפֿעסטיקן. און אויגן פֿון פֿופֿצניעריקע, נאָר וואָס אויסגעשפּראָצטע ווי אַ שיינע בליונג, פֿול מיט קראַפֿט און זאַפֿט, פּרינץ פֿון מענטשלעכן מין, און קרוין פֿון דער באַשפֿונג.

אויגן -

אויגן פֿון פֿינאַנץ-אימפּעראַטאָרן,  אכזיותדיקע געוועלטיקער אויף אינטערנאַציאָנאַלע האנדלסמערק. און אויגן פֿון הכנעהדיקע, צעבראכענע קרעמער, אָרעמע בעלי-מלאכות, מיט פֿון דורות-געירשנטע דאגות, ווו נעמט מען אויף שבת, ווי באַצאָלט מען שכר-לימוד.

אויגן -

אויגן פֿון פֿאָרשער, וויסנשאַפֿטלער, קינסטלער, געקרוינטע פֿון גאָט מיטן זאלב-אייל פֿון געניאַליטעט; און אויגן פֿון האָרעפּאַשניקעס, שטומע צינגער, מיט גראָבע תפילה- סידור'ס אין שוואַרצע מאָזאָליעדיקע הענט. גראָע, פֿאַרבלאָזע, ווי כעמישער מיסט וואָס באַפֿרוכטיקט אונדזער ערד.

אויגן -

אויגן פֿון אַליין-דערקאָנטע מיוחסים, אייבערשטע אין דער געזעלשאַפֿט, צו וועלכע עם האָבן תּמיד געפּייקלט די פּויקן, און דאָך גייציק נישט-דערזעטיקטע, גאַליקע, בייזוויליקע, ווען די הצלחה האָט אַמאָל אויך אַריינגעשיינט אין אַ צווייטנס פֿענצטער ; און אויגן פֿון פֿיינגייסטער, אצילותדיקע אָבער באַשיידענע   נאַטורן,  -   דער אַראָמאַט  פֿון  אונדזער לעבן.
אויפֿן וועג פֿון דער אוישוויצער באַן-ראַמפּע ביז צום קרעמאַטאָריום זוכן איצט אָט די אַלע אויגן אַן ענטפער אויף איין איינציקער פֿראַגע : ווען  וועט  מען   שוין  אויסטיילן  די זופּ?

אוישוויצער נאַכט אויף פּלייצעס און אויגן !

שעה פֿון גרויסן יאוש און רחמים. סוד פֿון שעה, ווען נאַכט דעקט צו סייַ דעם עס-עס-מאַן און סייַ דעם העפֿטלינג מיט איין שוואַרצער דעקע.

ווייַט-ווייַט לויפֿן לאָמפּן אויפן הויפּטשאָסיי. דו ווייסט : יעדע פּאָר לאָמפּן – אַ פֿאָרנדיקער, געפּאַקטער אויטאָמאָביל צום קרעמאַטאָריום. בעסער ביינאַכט ווי בייַטאָג. בייַנאַכט קאָנסטו וויינען. ס'האָט נאָך קיינער קיין מאָל נישט איין מאָל ווילט זיך דיר ליבער בייַנאַכט פֿאָרן צום קרעמאַטאָריום. בעסער בייַנאַכט ווי בייַטאָג. בייַנאַכט קאָנסטו וויינען. ס'האָט נאָך קיינער קיין מאָל נישט געוויינט בייטאָג, בּשעת מען האָט אים געפֿירט צום קרעמאַטאָריום. בייַנאַכט רינען דיר טרערן פֿון די אויגן.

פֿאָרכטיקער סוד פֿון אוישוויצער נאַכט, וואָס קיינער וועט קיינמאָל נישט אַנטפּלעקן –

ביז נאַכט ציט זיך אַראָפּ פֿון דיינע וויעס ווי אַ שוואַרצע שייד פֿון אַ שווערד. עס אַנטפּלעקט זיך איינציקווייז דער קאָלטער שאַרף פֿון אוישוויצער טאָג.

אין מערב-זייַט ברענען נאָך די רויטע לעמפּלעך אויף דער שטעכלדראָט – אַ שנור רויטע קאָראַלן דעקאָלט פֿון אוישוויצער נאַכט.

אין מזרח קוקט שוין אַרויס דער נייַער טאָג פֿון צווישן די בלאָקן. אַ שטייגער די גראָע קופּעס אַש, וואָס ליגן לעבן קרעמאַטאָריע וואָלטן זיך איבערגעטראָגן אַהער און זיך אויסגעסדרט צווישן איין דאַך און דעם צווייטן.

דער עס-עס-מאַן נידערט אַראָפּ פֿון וואַכטורעס, טרעפּ נאָך טרעפּ : צוערשט די שוואַרצע שטיוול, די מאַשינביקס אויפֿן רוקן. ער טראָגט מיט זיך די נאַכט, אַן איינגעשרומפּטע. זי שטייט ווי אַ שוואַרצע קראָ אויף זייַנע אַקסלען. ער טרעט אָפּ דעם פּלאַץ פֿאַר זייַן קאַמעראַד, דעם טאָג-שוֹמר, וואָס שטייגט אַרויף טרעפּ נאָך טרעפּ : צוערשט די הענט, ווייַסע הענט, איינגעטונקענע אינעם נייעם טאָג – דייַן טאָג.

איטלעכע אַרויפֿגעצויגענע פּלייצע אין אוישוויץ טראָגט דיר איצט אַנטקעגן דייַן אייגענע איינזאמקייט ; פֿון יעדער פּאָר אויגן קוקט צו דיר אַרויס דאָס רחמנות אויף אַ לעבן, וואָס האָט אַמאָל געטראָגן דייַן נאָמען –

טאָגאויפֿגאַנג אויף פּלייצעס און אויגן.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407355

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©