דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ / צענטער עטאַפֿ /
תפֿילה אין אוישוויץ


ק. צטניק [1909-2001]

אַ וואַסערפֿאַל פֿון געלע אויסגעטריקנטע ביינער.

זיי שיטן זיך געל-צעשפריצטע, איינער איכער דעם אַנדערן, אַראָפּ אַראָפּ, צום מיטן פֿון בלאָק.

פֿון אַלע שפּאַרונעס און לעכער ; איבער זייַטן–ברעטער פֿון די דרייַ–שטאָקיקע נאַרעס, דריקן זיי זיך אַרויס און שטראָמען פֿון דער הויך אַראָפּ, אַראָפּ.

טויזנט סקעלעטן האָבן פּלוצלונג געעפֿנט אויגען. ברייט צעעפֿנט.

אויסגעטריקנטע ביינער זענען פּלוצלינג אויפֿגעשטאַנען תחית-המתים.

שנעלער ! שנעלער !

זיי רייסן זיך פֿון די ברעטער, אויף וועלכע זיי זענען פֿריער געלעגן. אַ פֿייערדיקער באַגער שלאָגט פֿון זייערע אויגן, שנעלער. שנעלער -

באַלד וועט מען אויסטיילן די מיטאָגזופּ !

ביינער רוישן. ביינער קלימפּערן. ביינער סדרן זיך ביינער שטעלן זיך אויס אין ריי. אַ סקעלעט הינטער אַ סקעלעט. יעדער סקעלעט וויל זייַן פֿריער אין דער ריי. ביינער קלאַפּן זיך אָן אין ביינער. זיי לעבן ! זיי לעבן !

שנעלער ! מען האָט שוין געבראַכט די פֿעסער מיט זופּ !

ווי אַן אויסגעשטייפֿטער רוקן פֿון אַ שלאַנג ציט זיך דער לאַנגער ציגל-אויוון אין מיטן בלאָק, פֿון עק ביז עק. קיינער וועט דיר דאָ נישט זאָגן צי אין אָט דעם משונהדיקן ציגל-אויוון איז ווען–אַמאָל געוואָרן געהייצט. יענע, די צענדליקער טויזנטער, וואָס זענען לעצטן ווינטער דאָ געווען, זענען שוין פון לאַנג אַוועק הייצן מיט זייַערע אייַגענע לייַבער דעם קרעמאַטאָיע-אויוון. אָבער יעדע פּאָר אויפֿגעריסענע אויגן וועלן דיר עס באַלד זאָגן, און אין יעדער פּאָר אויפֿגעריסענע שוואַרצאַפּלען וועסטו באַלד קענען זען דאָס פֿאַרגליווערטע שטיין-געבליבענע בילד: א נאקעטער סקעלעט מיטן קאָפּ אַראָפּ, איבערן רוקן פֿון ציגל-אויוון. דער שטעקן פֿון בלאק עלטעסטן האַקט פֿון דאָרט אַרויס דעם לעצטן ווייסן וויבריר פֿון חוט-השדרה-פֿאָדעם –

 

דער לעצער וויבריר וואָס האָט אים צוגערעדט ער זאָל זיך שטעלן אַ צווייטן מאָל אין ריי צו דער זופּ-אויסטיילונג.

 

פֿאַרן אַוועקגיין אין קרעמאַטאריע האָט ער געוואָלט כאָטש איין מאָל פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון צוויי זופּן. צוויי פּאָרציעס זופּ אויף איין מאָל ! אָ, דער אויסגעבענקטער חלום פֿון יעדן אין אוישוויץ ! ער האָט בשום-אופֿן נישט געקאָנט איבערלאָזן נאָך זיך זייַן חלום א נישט-פֿאַרווירקלעכטן.

אַ וואַסערפֿאַל פֿון ביינער.

אויף דער ערד, אַרום דעם לאַנגן ציגל-אויוון, אַ געלער שטראָם נאַקעטע שאַרבנקעפּ ; אויגן – צעפֿונקטע באַגערן, כוואַליעס, כוואַליעס, איינע איבערן רוקן פֿון דער אַנדערער, צעשוימטע און צעשפּריצטע, צום אויסגעבענקטן ברעג, צום אָנהייב פֿון בלאָק, צום אָרט ווו עס שטייט אַ שווייגנדיק-פֿאָרכטיקער, אַ גרויזאַמער, און אַן אימה-געאַכפּערטער, ווי אַ צויבערער און ווי אַ מכשף, מיטן שעפּלעפֿל אין האַנט צווישן פֿעסער זופּ – ער אַליין, דער בלאָק-עלטסטער!

ער וואַרט. זייַנע אויגן אַריינגעשטאָכענע אין טיפן חלל פֿון לאַנגן בלאָק. דער שעפּלעפֿל אין זיין האַנט, נאָר שעפּ פֿון לעפֿל רוט אויפֿן ראַנד פֿון פֿאַס. ער שטייט צווישן די פּאַרע וואָלקנס פֿון די פֿעסער זופּ, ער גייט-אויף פֿון צווישן זיי ווי פֿון צווישן פֿלאַמען. דער גרויזאַמער שד. דער אוישוויצער טויט איז איצט געהילט אין וואָלקנס פֿון זופּ. ער גופֿא איז איצט – זופּ ! ער, דער געוועלטיקער איבער די פֿעסער! ער, דער שוידערלעכער זופּ-גאָט !

ער וואַרט. זייַן בליק, דער אַריינגעשטאָכענער אין דער טיף פֿון בלאָק, טרייסלט-אויף די אויסגעטריקנטע ביינער, בלאָזט אין זיי אַריין לעבן. און זיי שיטן זיך פֿון ביידע לענג אויס דעם בלאָק, פֿון די דרייַ-שטאָקיקע ברעטער-נאַרעס. פֿון אַלע לעכער און שפּאַרונעס.  אַראָפּ. אַראָפּ. שנעלער.  שנעלער.

אויפֿן רוקן פֿון ציגל-אויוון, נאָענט צו די פֿעסער, שטייען די שטובן-דינסטן. הויכע שיסל-שטויסן אויף זייערע אָרעמס, ווי קוימענס וואָס שטייגן העכער פֿון זייערע קעפּ. פֿאַרשידענע שיסלען: טיפֿע, פֿלאַכע, ברייטע, שמאָלע ; פֿאַרזשאַווערט-בלעכענע פון אָרעמע יידישע קעלערשיטיבער, און בלָא-געשירענע, פֿון באַלעבאַטיש-איינגעפֿונדעוועטע היימען ;

קינדער-שיסעלעך.

 

מאַמעס, אַרויסגעשלעפּטע ביינאַכט פֿון די בעטן צו די אוישוויץ-טראַנספאָרטן, האָבן מיט זיך מיטגעכאַפּט אין גרויסער בהלה, ווער אַ טעפּל, ווער אַ שיסעלע – ,,זאָל זייַן אַ פּיצל ווירטשאַפט פֿאַר די קינדער !" – און דאָס איבערגעלאָזט אויף דער ערד פֿון דער אוישוויצער באַן-ראַמפּע פֿאַרן אַוועקמאַרש צו דער קרעמאַטאָריע.

 

שיסעלעך און טעפּלעך –

 

אָ, איר יידישע שיסעלעך און טעפּלעך, ירושהריקע פֿון דורות ! מיילער פֿון מאַמעס זענען פֿון אייַך געקאָרמעט געוואָרן ווען זיי גופֿא זענען נאָך קליינע קינדער געווען ! שיסלעך און טעפּלעך ארויסגעבראַקירטע, וואָס האָבן מער נישט געטויגט אַז מען זאָל זיי אַוועקפֿירן קיין דייטשלאַנד פֿאַרן דייטשן פֿאָלק – איצט זענען זיי אויפֿגעשטויסן אויף די אָרעמס פֿון די שטובן-דינסטן. הויך-הויך. און טויזנט פּאָר אַרויסגעזעצטע אויגן קוקן צו זיי. טויזנט הערצער צאַפּלען. טויזנט ליפּן פּרעפּלען אַ תפֿילה :

– אָ גאָט ! צוקומענדיק צום שטובן-דינסט, זאָל אויף מיר אויספּאַלן אַ גרויסע שיסל ! ...

יעדער ווייסט, אַז אין אַ גרויסער שיסל באַקומט מען נישט מער ווי אין אַ קליינער. זיגפֿריד, דער בלאָק-עלטסטער, האָט זייַן אייגענעם שעפּלעפֿל און זייַן אייגענע מאָס. פֿונדעסטוועגן פֿלאַטערט דאָס לעבן אין דייַן סקעלעט : ,,אָ, גאָט, אַ גרויסע שיסל !..." פֿון אַ גרויסער שיסל עסט זיך אַנדערש. נאָכן אויפֿעסן איז פֿאַראַן מער שיסל צום לעקן. און דער עיקר : צוריקגייענדיק פֿון פֿאַס מיט אַ גרויסער שיסל אין די הענט, ביסטו זיכער אַז עסו ועט זיך, חלילה, נישט אויסגיסן קיין טראָפּן פֿון דייַן פּאָרציע זופּ. ,,אָ, גאָט ! נאָר דאָס זאָל מיר נישט טרעפֿן !"...

אָפֿטמאָל : דו גייסט צוריק פֿון פֿאַס מיט דער פּאָרציע קאָכיקער זופּ אין אַ קליין שיסעלע ; דאָס וואַסער-שפּיגעלע דערגייט ביז צום ראַנד ; עס ברענט דיר די שפּיץ פֿינגער ; דו ביסט אויף צוריקוועגס צו דייַן נאַרע, און דו דאַרפֿסט זיך אַדורכשטופּן צווישן האָרדעס העפֿטלינגס וואָס שטייען דיר אין וועג – און קוקן. רק זיי קוקן ! דאָס לעבן אין דיר שטייט שוין אויפֿן שפּיץ פֿון אָטעם. דו שפּירסט :

דיינע אויגן קריכן אַרויס פֿון די לעכער. נאָר דו קענסט נישט און דו טאָרסט נישט אַוועקנעמען די אויגן פֿון איבערגייענדיקן וואַסער-שפּיגעלע וואָס הייבט זיך איבער די ראַנדן. און דאָ, אַרום דיר, רק מען שטופּט זיך, און מען קוקט: ,,מוזולמענער ! פֿאַרשטונקענע מוזלמענער ! וואָס האָט איר זיך דאָ אַוועקגעשטעלט? פֿאַרפוילטע מוזלמענער ! פֿאַרברענט זאָלט איר ווערן אין קרעמאַטאָריע. אַדורך ! לאָזט אַדרוך !"... און זיי – רק זיי שטייען דיר אין וועג און קוקן. פּלוצלונג – אַ שטופּ אינם אינעם עלנבויגן, און...

סקעלעטן וואַרפֿן זיך צו דער ערד. ביינער אויף ביינער. אַ פֿאַרפלאָכטענער באַרג. ציינער פֿון איין מויל בייסן זיך איין אין ציינער פֿון צווייטן מויל. צינגער זייגן פֿון דער שוואַרצער ערד, לעקן-אויס ביזן סוף דעם פֿאַרגאָסענעם ריח פֿון זופּ.

 

דעריבער, שטייענדיק אין ריי, קוקן טויזנט פּאַר אַרויסגעזעצטע אויגן צו דעם שטויס שיסלען אויף דעם אָרעם פֿון שטובן-דינסט. טויזנט הערצער פּרעפּלען אַ תפילה, די אינטימסטע תּפֿילה פֿון האַרץ. פֿון דער טיפּסטער טיף קומט זי. אַ תּפילה, אין אַלע שפּראַכן פֿון אייראָפּע. יעדער ברענגט זי ארויס אויף זייַן שפּראַך, יעדער לויט זייַן נוסח. ניין, מען ברענגט זי נישט אַרויס. זי רייסט זיך פֿון זיך אַליין :

 

,,אָ, גאָט, אַ גרויסע שיסל – – – "

 

אַז אַוועקגייענדיק פֿון פֿאַס זאָלן די אויגן קאָנען זען ווי די זופּ ליגט אין איר אַ זיכערע.

ווייַל נישט קיין זופּ ליגט אין דער שיסל. דייַן לעבן ליגט דאָרט. דייַן לעבן ? – מער ווי דייַן לעבן אַ סך מער. איבער דייַן לעבן ציטערסטו נישט אַזוי שטאַרק. אין דייַן לעבן האָסטו שוין לאַנג פֿאַרגעסן אינעם לעבן פֿון דייַן ווייַב, פֿון דייַנעם אַ קינד ; אין דעם לעבן פֿון אַ געוועזענער וועלט – האָסטו שוין לאַנג פֿאַרגעסן . אָ, ניין ! נישט דאָס ליגט אין דער שיסל. אַפֿילו קיין זכר פֿון דעם ליגט מער נישט דאָרט. דאָרט ליגט עפּעס הייליקערס, עפּעס דערהויבענערס, דאָרט ליגט אַ גאַנצע פּאָרציע זופּ !

 

אַ גאַנצע פּאָרציע זופּ !

 

און ווי גוט, ווי ווויל איז דיר און ווי טייַער, אויב דו ווייסט, אַז קיין טראָפּן וועט פֿון איר נישט פֿאַרגאָסן ווערן.

- העי ! וואָס האָט איר זיך דאָ אַוועקגעשטעלט ? ! ...

יענע וועלכע האָבן שוין אַראָפּגעשלונגען זייַער זופּ, אויסגעלעקט די פֿארזשאַווערטע שיסל פֿון אינעווייניק און פֿון דרויסן - שטעלן זיך באַלד אוועק קוקן צו די וואָס גייען ערשט אוועק פֿון פֿאַס מיט די שיסלען אין זייערע הענט. אַ געגיי פֿון שיסלען זופּ : קליינע געהויפּטע שיסעלעך, וואָס מיטן ערשטן בליק זעט מען באַלד די זופּ, און טיפע שיסלען, פֿון ליידיקע ראַנדן - מען דאַרף זיך אַריבערבייגן און אַריינקוקן, כדי צו זען די זופּ מיט די אויגן. וואָס גיט דיר דאָס קוקן אין פֿרעמדע שיסלען זופּ ? מען ווייס נישט צוליב וואָס מען טוט דאָס, נאָר ס'איז נישט מעגלעך דאָס נישט צו טאָן. נאָך דעם ווי מען האָט שוין אויפֿגעגעסן די אייגענע פּאָרציע זופּ, אויסגעלעקט די אייגענע שיסל, מוז מען לויפֿן קוקן ווי אַנדערע גייען פֿאַרביי מיט שיסלען זופּ. מען מוז ! מען מוז ! ס'ציט. מען קאָן נישט דאָס נישט טאָן. כאָטש וואָס וועט דיר דאָס געבן ? וואס וועט דיר דערפֿון ארויסקומען? קיינער טראַכט אפֿילו נישט וועגן דעם. ס'איז קלאָר ווי דער אוישוויצער טאָג, און פֿאַרשטענדלעך ווי דער אוישוויצער פֿאַרשטאַנד. מען מוז לויפֿן קוקן ; ווייַל ווי אַזוי קאַנסטו דיר דאָס גאָר אויסמאָלן צו בלייבן זיצן אויף דייַן נאַרע, נאָכדעם ווי עס איז שוין מער גאָרנישט דאָ צו לעקן אויף דעם בלעך פֿון דייַן שיסל, בשעת אונטן, אין בלאָק האַלט מען אין איין גיין מיט שיסלען זופּ ?

די הענט וואָס האַלטן די שיסלען – פאַרשווינדן. דו זעסט זיי נישט. דו זעסט בלויז – געגיי פֿון שיסלען זופּ אין דער לופֿט. הונדערטער שיסלען זופּ ! אַן אומגעהייערע איבערמענטשלעכע קראַפֿט טרייבט דיך צו קוקן צו דער זופּ אין די שיסלען. זען יעדע באַזונדער מיט דייַנע אויגן.

אָפֿטמאָל זעסטו די הענט, און אָפֿטמאָל זעסטו זיי נישט. שיסלען זופּ שוועבן אַנטקעגן צו דיר. אַלע צו דיר. ס'רינט פֿון דייַן נאָז, פֿון דייַן מויל. דורך דייַנע אויגן גיסן זיך שיסלען זופּ גלייַך צו דייַנע ליידיקע קישקעס. אָן אויפֿהער. אָן אויפֿהער.

ממש לעבן דיר שטופט זיך פֿאַרבייַ איינער מיט אַ קליין שיסעלע זופּ. מען זעט זי, די זופּ. מען קאָן צו איר מיט די הענט דערלאַנגען. ס'שלאָגט אַ פּאַרע פֿון פֿולן, רייצנדיקן שפּיגעלע. דער טראָגער הייבט נישט אַרויס די אויגן. ער שרייט אינעם פֿולן שיסעלע אַרייַן : פֿאַרפֿוילטע מוזלמענער, וואָס האָט איר זיך אַוועקגעשטעלט אין וועג ? אַוועק, אַוועק ! דו טראַכסט : אָ, ווען דאָס שיסעלע קערט זיך איבער, און פֿאַלט צו דער ערד ! דו וואָלסט איצט געקאָנט דער ערשטער זיך אַ וואָרף טאָן אויף דער קאַלוזשע מיט די ציין. נאָר באַלד ווי אָט דער שרייער איז אַוועק און אויסגעלעקט זייַן אייגן שיסעלע פֿון אינעווייניק און פֿון דרויסן, לאָזט ער זיך אַראָפּ שנעל פֿון דער ברעטער-נאַרע און שטעלט זיך אַוועק קוקן צו יענע וואָס גייען איצט אַוועק פֿון פֿאַס מיט פֿולע שיסעלעך. אַ שטייגער ווי אין דער זופּ, וואָס דו האָסט נאָר וואָס אַראָפּגעשלונגען, וואָלט זיך געפֿינען אַזאַ מין סם, וואָס ווי נאָר ער קומט אין דיר אַרייַן, צווינגט ט באַלד לויפֿן קוקן צו פֿרעמדע שיסלען. אַ מאַגישע קראַפֿט. העכער פֿון דייַן שכל און שטאַרקער פֿון דייַן כוח.

טויזנט פּאָר אויגן קוקן צום שיסלען-שטויס אויפֿן אָרעם פֿון שטובן-דינסט : אַ קליין שיסעלע בריט די ביינער-שפּיצן פֿון די פֿינגער. אַ קליין שיסעלע קאָן דיר ווערן אַרויסגעשטויסן פֿון די הענט צו דער ערד. אָ, גאָט ! נאָר דאָס זאָל דיר נישט טרעפֿן ! אָ, גאָט ! אָ, גאָט !...

תפֿילה  אין  אוישוויץ –

 

צו אַ שיסל, אַ טיפֿער, מיט ברייטע ראַנדן.

 

 

 


 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407990

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©