יוסף פּאפּיערניקאָוו [1899-1993]

מהמשוררים הראשונים בארץ ישראל.
נולד בוורשה 1899 ונפטר בתל-אביב 1993.
עלה לארץ כחלוץ ב-1924.

השיר "בין עצי פולין הירקרקים" נכתב אחרי השואה תוך התייחסות לשירו של ביאליק "בין העצים הירקרקים".


אונטער די פּוילישע ביימעלעך / יוסף פּאפּיערניקאָוו

אונטער די פּוילישע גרינינקע ביימעלעך
שפּילן זיך מער נישט קיין משה'לך, שלמה'לך;
שפּילן זיך מער נישט קיין שרה'לך, לאה'לך,
נישט אויף קיין גרעזעלך; נישט אונטער שנייעלעך.

ס'הילכן שוין מער נישט קיין יידישע שטימעלעך
פֿון די קונדסימלך, מאָטעלעך, שימעלעך,
מיט די צעקרעלטע, צעדראַפּעטע צורה'לך
פֿונעם באווייזן וואונדיירים און גבורהלעך.

ס'טרויערן איצטער די פּוילישע ביימעלעך,
טויט זענען יידישע היימען און היימעלעך,
טויט זענען געסעלעך, חרוב – - די הייזעלעך
וואו עס פֿאַרשטעקן זיך קינדער, ווי מייזעלעך;

יידישע קינדער מיט גרויסענע אויגענעס
שווארצע, אזוי ווי מיט חושך פֿאַרצויגענע,
אויגענעס פֿולע מיט פּחד פֿאַרלאָפֿענע
אונטערן אומגליק דעם "ברוינעם", געטראָפֿענע.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408071

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©