דער  זייגער וואס איבערן קאָפּ / צוועלפֿטער עטאַפֿ :

ברית צווישן צוויי קרישקעלעך

ק. צטניק [1909-2001]

 

איך האָב הייַנט איבערגעלאָזן  פֿאַר דיר אַ קרישקעלע פֿון מייַן פאָרציע ברויט. זע, געליבטע, עס ליגט אויף דער דלאָניע פֿון מייַן האַנט ווי אין א קרישטאָלענעם שיסעלע –

נאַכט איבער אוישוויץ.

דער שלאָף וויגט די שכנים פֿון מייַן נאַרע ווי אויף טונקעלע טיכער . אינדרויסן צינדן זיך שטערן איבער די דעכער פֿון די בלאָקן. צינדן זיך און לעשן זיך. הייַנט מער ווי אַלעמאָל האָט מייַן האַרץ צו דיר געבענקט. דעם טייַערסטן קרבּן פֿון אוישוויץ האָב איך צו דיר געוואָלט ברענגען. און איך האָב געזאָגט : אָט דאָס ברויזעלע ברויט איז הייליק פֿאַר מייַן געליבטער ! זע, עם ליגט אויף דער דלאָניע פֿון מייַן רעכטער האַנט.

וווּ ביסטו איצט, געליבטע ?

אפֿשר, אַזוי ווי איך, זיצסטו איצט ערגעץ אין אַ דייַטשן פֿרויען-לאגער אויף די ברעטער פֿון אַ נאַרע, און אַזוי ווי איך קוקסטו צום ברויט-ברעקעלע אויף דער דלאָניע פֿון דייַן האַנט;    וייַל הייַנט , מער פֿון אַלעמאָל, האָט דייַן האַרץ צו מיר געבענקט און דו האָסט געזאָגט : אָט דאָס ברויט-קרישקעלע זאָל זייַן הייליק פֿאַר מייַן געליבטן ?!

זע, געליבטע ! די טרער אויף דער דלאָניע פֿון מייַן צווייטער האַנט איז גרויס ווי דאָס ברויט-ברעקעלע.

קום, לאָמיר אַרויסגיין פֿון בלאָק. מיר וועלן זיך אַוועקשטעלן אין דער פֿינצטערניש פֿון דער נאַכט. מיר וועלן שטיין אונטער דעם זעלבן אוישוויצער הימל. איך דאָ, דו דאָרט. אונדזער ליבע וועט אַדורכשפּאַנען צווישן די צוויי ברויט-קרישקעלעך און זי וועט זיי איבערטוישן אויף די דלאָניעס פֿון אונדזערע הענט. דו וועסט עסן מייַנס, און וועל עסן דייַנס.

זע, עס פֿינקלען נישט קיין שטערן איבער דעכער פֿון בלאָקן. דאָס לעשן זיך פֿאַרבלאָנדזשעטע פֿונקען פֿון קרעמאַטאָריע-קוימען.

בלויז דייַן פּנים אייביק לויכטן גלאַנץ פֿון מייַן טרער.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407325

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©