אויפֿן וועג צו בוצלאַוו

אברהם סוצקעווער

פֿאַרהאַלט די פֿערד, גענוג צו בייַטשן,

און טוט אַוואַרף די קעפּ אהינטער:

צוויי אַדעליקע, לאַנגע דייַטשן

מאַרשירן דאָרטן פּאַזע צווינטער.

 

די פֿיס – אין קלומפּעס, הענט – פֿאַרפֿרוירן,

עס ציטערט זיי אין בויך דער נאָפּל:

דאָס האָט זיי אָנגעכאַפּט ווי טכוירן

דער פאַרטיזאַן, דער בלאָנדער קאָפּל.

 

ער שמייַסט זיי אונטער מיט אַ ריטל

און פֿירט דעם אוצר אין בבריגאַדע:

האָ-האָ – די לייַט פֿון הויכן טיטל

איז גאָר ניט נחתדיק אַוודאי.

 

צוריק אַ טאָג האָט נאָך אַלמאַכטיק

אַראָפּגעפֿינקלט קרייץ און אָרדן.

ווי ריטערלעך און זים און פּראַכטיק

האָט אויסגעזען דער אַקט פֿון מאָרדן

 

אַצינד האָט עמעץ אויף געלעכטער

פֿאַרכּישופֿט זיי ווי אין אַ מעשה.

זיי בעטלען טַאַבאַק בייַ דעם וועכטער

און האָפּקען אונטער: היטלער שייַסע.

 

און קאָפּל ציט אַרויס אַ זעקל,

דערלאַנגט זיי טאַבאַק צו פֿאַרדרייען...

און ס'קילט זייַן גליענדיקן עקל

אַ שורה שעמעוודיקע שנייען.

 

(נאַראָטשער וועלדער 22סטן פֿעברואַר 1944)

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408040

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©