דאָס מיידל פֿון וואַלד
אברהם סוצקעווער

 

און קיינער  קען דעם סוד ניט לייַזן:

ווער איז דאָס מיידל, ווי זי הייסט?

זי קומט אין געטאָהאַרבסט אין בייזן

און שפּרייַט נקמה ריח, טרייַסט.

און ווי דעם פֿרילינגס גרינעם האָרן

דערהערן גראָזן אונטער אייַז

דערהערט מען, אייַנגעשמידט אין צאָרן,

דעם אויסלייַז-ניגון פֿון איר שפּרייַז.

 

אַ מאָל די לאָקן בלאָנד געפֿאָרבן

ווי אַ געליבטע פֿון אַ קאָט.

אַ מאָל צונויפֿגעדרייט, פֿאַרהאָרבן,

א מאָל פֿאַרשטעלט פֿאָר אַ נאָנע.

אַ מאָל אַ זשוליק מיט אַ טויב

וואָס שפּרינגט אריבער די סכּנה

און קומט פֿון דרויסן דורך אַ טרויב.

 

און קומט זי- גליווערט נאָך ווי קודם

איר מאַסקע. נאָך זי ווערט פֿאַרגופֿט

מיט יעדער הענגענדיקן בוידעם.

ווי מעסערם אָטעמט זי די לופֿט.

און איידער זי האָט צייַט צו קלערן

איז אָנגעגרייט די צאָל. און באַלד

באַפּאַנצערט מיט אזוי פֿיל שטערן

זי פֿירט אַרויס און ברענגט אין וואַלד.

 

אין פֿרייַען וואַלד עס בלייַבן אלע.

און זי- צוריק דורך זומפּ און קוסט.

אַ זעקעלע מיט ציאַנקאלי

איז צוגעטוליעט צו איר ברוסט.

זי שנאַפּט דעם שּטח מיט די נאָזעלך,

דורך גאָרער לענג פֿון נאַכט- איר טראָט.

און ווען די שאָטנס גליען ראָזלעך

דורך נעפּל-פֿייַער שווימט די שטאָט.

 

און ווידער- שוין אַ צווייטע, דריטע,

אַ פּויערטע פֿון דאָרף, צי ווער?

זי פֿאַלט ארייַן אין מאַמע שחיטה

אַרומגעכאַפּט דורך מיליטער.

נאָר דורך די שמוציקע קאַנאַלן,

זי פירט אַ מחנה ווי אַ פֿאָן.

און ווען די וועלדער נעמען שטראַלן,

שוין לעבט אין זיי אַ באַטאַליאָן.

 

(מאסקווע מיי 1944)

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 433465

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©