דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ / פֿופֿצנטער עטאַפֿ :

 

די    ב אַ פֿ ר י י ו נ ג


ק. צטניק [1909-2001]

 

ער איז געשטאַנען איינער אַליין. ער האָט אויפגעהויבן די אויגן : ווייַסע, קאַלטע האָריזאָנטן. אַרום און אַרום

 

ליידיק.

 

דאָס טויער שטייט אָפֿן. קיינער גייט נישט אַרויס. קיינער איז דאָ נישט פֿאַראַן.

 

ליידיק.

 

אוישוויץ-פּלאַנעט – אָט דער פֿייַער-באַלעם אויף וועלכן ער האָט זיך געפֿונען – ליגט איצט אַן אָפּגעקילטער, אַן אויסגעלאָשענער, און ער שטייט אויף אים איינער אַליין, איינער אַליין

 

אַן איבערגעבליבענער.

 

די ערד ליגט פֿאַר זייַנע אויגן – ווי אַ פֿארשטיינערטע טויטע לאַווע וואָלט איר צוגעדעקט. דאָ אָטעמט מער נישט קיין הויך פֿון לעבן. גאָט האָט פֿאַרלאָזט די דאָזיקע ערד, און אויך דער שטן האָט זי פֿאַרלאָזן.

ווייַט און ברייַט ציען זיך די בלאָקן – טויטע, פֿאַרשטיינטע גרודעס. אינעווייניק, אין די בלאָקן, צווישן די קופּעס פֿקעלעטן אויף דער ערד, רירט זיך, דאָ און דאָרט, אַ נישט-דערשאָסענער מוזלמאַן. שטיל, פּאַמעלעך, אָן לשון, באַוועגט ער דעם אויבערטייל פֿון זייַן קערפּער, שלענגלט אים ארויס פֿון די פּגרים ווי אַ ווייסינקן רויכעלע פון אַ שפּאַלט – אַ זכֵר פֿון אַ וועלט וואָס האָט דאָ אַמאָל געלעבט.

 

אַ גאַנצע וועלט !

 

איצט שפּרייט זיך דאָ אַ טויטע ליידיקייט. ווי דער ים וואָלט פֿאַרשטיינט געוואָרן אינמיטן געברויז.

אַלע טויערן פֿון אַלע אוישוויץ-לאַגערן שטייען אָפֿענע. קיינער גייט אין זיי נישט אַריין, קיינער גייט פֿון זיי נישט אַרויס.

קיינער איז דאָ נישט פֿאַראַן.

די ווייסע האָריזאָנטן ליגן אין די טויער-עפֿענונגען –
פֿאַרשטיינטע.

 

ער וויל אויסשרייען : די באַפֿרייוּנג איז געקומען !

 

- וווּ, אויף וועלכער זייַט, איז זי די באַפרייוּנג ?

ווי דער זכֵר פֿון אַ טויער-בויגן אין אַן אויפֿגעגראָבענער שטאָט, וואָס דו ווייסט נישט וווּ איז דאָ געווען דער אַרייַן, און וו דער אַרויס – אַזוי וויסטו איצט נישט ווו, אויף וועלכר זייַט פֿון אָפֿענעם טויער, איז זי, די באַפֿרייַוּנג. אָט שטייסטו דאָ איצט לעבן באַרג אַש ווי דו וואָלסט צוריקגעקומען צו די דייניקע. הינטער דיר ליגט אוישוויץ – טויט, פֿאַרשטיינט.ליידיק. זוך דאָרט נישט קיינעם, וועסט דאָרט קיינעם נישט געפֿינען. ווייַל אַלע, אַלע, זענען דאָ ! דאָ, אויף דעם באַרג אַש. דאָ האָסטו זיי געבענקט טאָג און נאַכט. זיי זענען געווען דייַן האָפֿענונג. דו האָסט זיי געזוכט. מען האָט דיך פֿון זיי אָפגעריסן. אָט שטייסטו איצט ווידער לעבן זיי. אָט זענען זיי, אַלע, אַלע. דו האָסט זיי ווידער געפֿונען.

עם איז געקומען די באַפֿרייוּנג.

- וווּ, אויף וועלכער זייַט פֿון אָפֿענעם טויער געפֿינט זי זיך, די באַפרייוּנג ?

ליידיק אין קרעמאַטאָריע. פֿאַרשטיינט. די אייזערנע אויוון–קלאַפּס שטייען אָפֿענע, קאַלטע. דער לאַנגער שאַר-אייזן שטייט אַן אָנגעלענטער און חלומט אויפן ראַנד פֿון פֿינצטערן קרעמאַריע-לאָך. ערשט האָט דאָ אַלץ זיך געאוישוויצט : ווי אַ ים זייַנע טייפֿונעס – אַזוי האָבן זיך דאָ טאָג און נאַכט געהויבן איבער דיר די בערגער פּחד. איצט קוקט דאָ אַלץ אויס שטיל. דער לאַנגער שאַר-אייזן – ווי אַ בעקער-שויפל אָנגעלענט, אידיליש, אויפן אויוון-ראַנד : קרעמאַטאָריע-קלאַפּעס – שטומער אויסגעלאָשענער אייַזן.

צווישן די שורות שטעכל-דראָטן אַרום די לאַגרן שטייט די לופֿט אַ געגליווערטע. די זעלבע עלעקטריש-געלאָדנטע שטעכל-דראָטן. איצט קאָנסטו זיי אָנרירן. סייַ פון דער אינעווייניקסטער זייַט און סייַ פֿון דער אויסנווייניקסטער זייַט. זיי פֿאַרשפּאַרן מער נישט קיינעם . ס'איז און זיי באַפרייען מער נישט קיינעם. ס'איז קיינער נישטאָ אינעווייניק, און ס'איז קיינער נישטאָ אינדרויסן. אַלע זענען איצט דאָ – אויף דעם באַרג אַש.

- טייַערע !  טייַערע  מייַנע !  עס  איז  געקומען  די  באַפֿרייונג.

ער האָט זיך געוואָרפֿן אויף זיי ער האָט זיי אַרומגעכאַפּט.

ער האָט זיי געדריקט צו זיך. ער האָט זיי געקושט און געהאַלדזט – יעדן באַזונדער : יעדן פֿון זייַן משפּחה. ער איז געלעגן אויפֿן באַרג. זייַנע אָרמעס האָבן געשטעקט טיף-טיף אין אַש.

 

- טייַערע, אָ טייַערע ! עס איז געקומען די באַפֿרייַונג !

 

הינטער אים איז געלעגן אוישוויץ – שטום. פֿאַרשטיינט.

ער האָט געשריגן. ער האָט געהערט אַ קול.

ער האָט זיך אַרומגעקוקט : ס'איז געווען זייַן קול וואָס האָט צו אים צוריקגעהילכט.

ער האָט זיך אויפֿגעשטעלט פֿון אַש. ער האָט געקוקט מיט די אויגן אַרום און אַרום : ער איז דאָ דער איינציקער וואָס קאָן לאָזן אָפּהילכן אַ קול. אין די שוואַרצאַפּלען פון זיינע אויגן ליגט פאַרגליווערט דער פּלאַנעט-אוישוויץ איידער ער איז געוואָרן פֿאַרשטיינט.און ער איז דאָ דער איינציקער וואָס קאָן די שוואַרצאַפּלען מיט זיך אַוועקפירן.

די טויערן פֿון די לאַגערן זענען געשטאַנען אָפֿענע.

ער איז געגאַנגען.

- - - און עס זענען מיט אים מיטגעגאַנגען  די  שטומע  אוישוויצער  בלאָקן און די שטומע בלאָקן און די קופּעס מוזלמענער אין זיי ; די ליידיקע אַפּעל-פּלעצער, און די שטעכל-דראָטענע מויערן.

און דער אַש-באַרג, פֿאָרויס האָט אים דעם וועג געצייכנט.

ער איז געגאַנגען -  -  -

און עס זענען מיט אים מיטגעגאַנגען די פֿאַרשטיינערטע אוישוויצער האָריזאָנטן, און דער צוריקגעשלאָגענער עכאָ פֿון זיי קול :

- - -  "איך שווער, מיט מייַנע הענט אַרומגעאָרעמטע אַרום אייַער אַש, צו זייַן אייער קול, און דאָס קול פֿון שטומען אויסגעברענטן קאַצעט : איך וועל נישט אויפֿהערן וועגן אייַך דערציילן ביז מייַן לעצטן אָטעם-צוג.

אַזוי העלף מיר גאָט. אמן"

              ער  איז  געגאַנגען - - -

                          איינער אַליין.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408024

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©