דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ / עלפֿטער עטאַַפֿ :
אָוונט אַפּעל אין אוישוויץ
ק. צטניק [1909 - 2001]

 

עפּעס בענקט זיך בשעתן אָוונט-אַפּעל.
וואָס בענקט דייַן האַרץ בשעתן אָוונט-אַפּעל אין אוישוויץ?

שטיל.

בייַם סוף פֿון לאַגער-שאָסיי ליגט אויף דער ערד, צונטער-רויט, דער גאָלער קאָפּ-שאַרבן פֿון דער זון, און די אונטערשטע שורות פֿון דעם שטעכל-דראָטענעם מויער שטעקן אין אַ קאַלוזשע בלוט.

שטיל.

אַ טאָג שטאַרבט אין אוישוויץ.

אַרום און אַרום, אין די לאַגערן אַרום דייַן לאַגער, שטייען איצט די העפֿטלינגס אויף די ציילונגס-פּלעצער צום אָוונט-אַפּעל.

 שטיל. באַלד וועט זיך אויך אין דייַן לאַגער עפֿענען דער טויער. דער דייַטשער ראַפּאָרט-פֿירער וועט אָנקומען.

ס.ס.-מענער וועלן ציילן. אָרדענונג. עס דאַרף שטימען די צאָל.

אַקעגנאיבער דייַנע אויגן שלאָגט אַרויס אַ פֿעטער, געדיכטער רויך פֿון קרעמאַטאָריע-קוימען, אַ פֿונקען-געוויקלטער. ער לאָזט זיך אַראָפּ איבערן לאַנגן לאַגער-שאָסיי, ער שפּרייט זיך אויס צופֿוסנס די אַפּעל-פּלעצער. דיר דאַכט : די פֿאַרברענטע זענען פֿון געוווינהייט צוריק אָנגעקומען זיך שטעלן אין רייַ צו דער אָוונט-ציילונג.

 

די שטעכל-דראָטענע מויערן צינדן זיך אָן מיט דער רויטער שקיעה. אָן אַ שיעור שטעכלדראָטן. סייַ פֿון דייַן לאַגער און סייַ פֿון די לאַגערן אַרום דייַן לאַגער. אָנגעגליטע שנורן. זיי ציען זיך פֿאר דייַנע אויגן ווי אַ פֿולער בלאַט נאָטן-ליניעס, אנגעשריבענע אויפֿן האָריזאָנט, מיט וואַך-טורעמס ווי מוזיק-שליסען בייַ די זייַטן ---

אוישוויץ-קאָמפּאָזיציע.

אינדרויסן, אויפֿן הויפּטשאָסיי, קערט צוריק אַ פֿאַרשפּעטיקטע פֿרויען-קאָמאַנדע פֿון דער אַרבעט. זיי מאַרשירן אויפֿן וועג צום פֿרויען-לאַגער – אַ לענגלעכער פֿילפּיסקער ווערמל אויפן נאָטנבלאַט. די קאַפּאָ-פֿרוי טרעט מיט איר רוקן פֿאָרויס. איר פּנים צו די מאַרשירנדיקע שורות. זי האַלט דעם שטעקן, אַן אויפֿגעהויבענעם, הויך אין דער לופֿט ווי אַ קאַפּעלמייסטער. לענגאויס די שטיל-שווייגנדיקע מענער-לאַגערן הילכט אָפּ דער עכאָ פון איר סאָפּראַנען קאָמעַנדע-געשריי:

-- צוויי-דריַי-פֿיר - לינקס!

-- לינקס!

-- לינקס!

קאַפּאָ – און סאָפּראַנען-שטימע.

שטילע געזעגענונגס-שעה אין אוישוויץ. שעה פֿון  אָוונט-אַפּעל. דער טאָג פֿאַרלאָזט דעם לאַגער אויף אַ פֿייַערדיקן רייַטוואָגן. דו קוקסט אים נאָך: וואָס איז דאָרט, ווייַט-ווייַט, נאָך די שטעכל-דראָטענע מויערן, דאָרט ווו דער טאָג לאָזט זיך אַראָפּ?

איז דאָרט פֿאַראַן אַ וועלט, אַ פֿרייַע?

דו קוקסט אים נאָך : אַ לאַנגער אָנגעצונדענער טעפּיך אויפֿן ים. ער ציט זיך ביז צו אַ געעפֿנטן פֿייַערדיקן טויער. די פֿרויען-קאָמאַנדע טראָגן דעם טאָג, אַן אייַנגעוויקלטן, אויף זייַערע אַקסלען. באַלד וועלן זיי צוקומען צום ברעג. זיי וועלן אים אַראָפּלאָזן ווי אַן אַרון פֿון אַ שיף. אַלעמענס אויגן וועלן אים נאָכקוקן אויף זייַן לעצטן וועג צום פֿרייַען לאַנד –

ביז דער פֿייַער-טויער וועט זיך הינטער אים פֿאַרמאַכן.

אַ טאָג גייט אַוועק. דו קוקסט אים נאָך : אַזוי קוקט אַ געליבטע צום רוקן פֿון איר געליבטן, וואָס  רייַט אַוועק אויף זייַן פֿערד. אינעם האַרץ איז פֿאַרחתמעט דער גורל : ער וועט נישט קומען צוריק !

אָ, רייַטער ! נעם מיט זיך דייַן געליבטע אויף דייַן פֿערד !

אויף דער צווייַטער זייַט פֿון לאַגער וועט זיך באַלד עפֿענען דער טויער. דער ראַפּאָרט-פֿירער וועט אָנקומען. פֿראַנצישעק, דער בלאָק-עלטסטער וועט אויסשרייַען : "פֿערטיק ! בלאָק 15, שטילשטאַנד !"... דער ס.ס-מאַן וועט פֿאַרבייַגיין. ער וועט ציילן די פֿיס-פּאָר פֿון דער ערשטער שורה. נאָכן לעצטן פֿיס-פּאָר ליגן די קעפּ פֿון די טויטע. בייַם פֿרימאָגן-אַפּעל זענען זיי נאָך געשטאַנען אין דער ריי. איצט ליגן זיי אויף דער ערד גראָדליניק-אויסגעסדרטע. זיי ציען זיך אַרויס נאָך די פֿיס פֿון דער ערשטער שורה, ווי עס ציט זיך דער לאַנגער שטעקן נאָך אַ פֿאָן.

 

דער ס.ס.-מאַן וועט ציילן די שטייענדיקע פֿיס-פּאָר אין אייַן אָטעם מיט די ליגנדיקע קעפּ. אָרדענונג. די צאָל דאַרף שטימען.

 

אויף אייַן זייַט פֿון לאַגער שלאָגט אַ געדיכטער פֿעטער רויך פֿון קרעמאַטאָרע-אויוון, און אויף דער צווייטער זייַט פֿון לאַגער גייַט-אויס, אַ שטילער, דייַן טאָג. אויגן קוקן אים נאָך: אָ, רייַטער! – פּלוצלונג:

אייַנער גייַט אַרויס פֿון די שורות. די שקיעה צינדט-אָן זייַן פּנים. ער גייַט איר אַנטקעגן. די געלע בייַנער פֿון זייַנע נאַקעטע הענט און פֿיס גליען זיך אָן. זייַנע אָרעמס זענען שווער באַלאָדן מיט דעם לעצטן גינגאָלד פֿון דער שקיעה. ער הויפּט זיך דערמיט אָן אַ פולן סקעלעט, פֿולע פּאָלקעס, פֿולע גאַפֿנס. אַ שווער-באַלאָדנטער שטעלט ער קוים זייַנע טריט. ער דערווייַטערט זיך. אַלע קוקן אים נאָך. ער גייַט לענגאויס דער שורה טויטע. נישטאָ פֿאַר אים קייַן פּלאַץ צווישן די ליגנדיקע. גייַט ער ווייטער, ווייַטער, ביז צום סוף, לאָזט זיך אַראָפּ אויף דער ערד, ווי עס לאָזט זיך אַראָפּ אַ מידער וואַנדערער צו דער געבענטשטער רו פֿון געלעגער אין זייַן צוריקגעקערטער היים.

רוקנוויילעכץ לייַגט ער זיך אַראָפּ. סדרט זיך גלייַך, גלייַך מיט דער טויטן-ליניע. דאָס פּנים צום אוישוויצער הימל –­ און לעשט זיך באַלד אויס ווי אָנגעגליט אייַזן אינעם קאַלטן וואַסער.

 ווידער אַ געלער קאָפּשאַרבן, ווידער געלע, נאַקעטע בייַנער. דער שטעקן פֿון פֿאָן איז לענגער געוואָרן מיט דער זעלבער קאָליר.

 ס'האָט נאָך קייַנער קייַנמאָל זיך נישט אַזוי אַוועקגעלייגט בייַם פֿרימאָרגן-אַפּעל; און ס'האָט נאָך קייַנער נישט זיך צוריק

אויפגעשטעלט נאָכן אַראָפּלאָזן זיך אויף דער ערד בשעתן אָוונט-אַפּעל.

,,אָ, רייטער! - - ''

עפּעס בענקט זיך בשעתן אָוונט-אַפּעל –

וואָס בענקט דייַן האַרץ בשעתן אָוונט-אַפּעל אין אוישוויץ?

שטיל.

אַ טאָג שטאַרבט אין אוישוויץ. אים, דעם טאָג, וועט מען נישט פירן צו דער קרעמאַטאָריע. ער, דער טאָג, וועט זיך נישט אַרויסוויקלען צווישן פעטן רויך פון קוימען. ער גייט אויס שטיל. אָט אַזוי. אָט אַזוי, אויף די אַקסלען פֿון די מייַדעלך וואָס מאַרשירן דאָרט צוריק צום פֿרויען-לאַגער.

איז עס נישט דאָרט דייַנע אַ שוועסטער?

                           אַ מוטער?

                                    אַ געליבטע?

שטילע געזעגענונגס-שעה. שעה פֿון אָוונט-אַפּעל. הינטער דייַן רוקן, ווייַט-ווייַט, פֿון דער שטילער לופט אַרויס, שלאָגן זיך אָפּ בייַם ברעג פֿון דייַן אויער אַפּגעריסענע פאַליעס, פאַליעס פֿון טאַצן-צעבראַזג:

-טצאַץ... טצאַץ... טצצצצאַטצאַץ...

דו ווייסט: ס'איז דער אוישוויצער בלאָז-אָרקעסטער; אָפּגעריסענע קלאַנגען, וואָס קומען פֿון אָרקעסטער-פּלאַץ. זיי רייַסן זיך צו דיר אַהער פֿון טיפֿער שטילקייט אַרויס.

די בעסטע מוזיקער פֿון אייראָפּע שטייען דאָרט אויסגעשטעלט אויפן פּלאַץ. אַ ליידיקער פּלאַץ. אויף אַ בענקל שטייַט דער קאַפּעלמייסטער. אָפטמאָל טרעפט אַ פאַרשטאָפּונג ביי דער קרעמאַטאָריע. לאַנגע רייַען שטייען אויסגעשטעלט לעבן דער גאַזקאַמער און וואַרטן. די איוונס ברענען אָן איבער-רייס. דאָס נאַפטפעלד איז נאָך איבערגעפולט מיט מוזלמענער פֿון די לאַגערן. און פּלוצלונג, נאַ דיר: אַ פֿריש-אָנגעקומענער טראַנספּאָרט מיט צענער טויזנטער! די ערגסטע צרה מיט די נייַע. אָפֿטמאָל טרעפט, בשעת אַזאַ פֿאַרשטאָפּונג, אייַנער פֿון די נייַע הייַבט אָן שרייַען און באַלד - אַלע ווי אייַנער נאָך אים! דעמאָלט הייבט אָן דער בלאָז-אָרקעסטער שפּילן: טראָמפּייטן ! פּויקן ! טאַצן !

די בעסטע מוזיקער פֿון אייַראָפּע. יעדער פֿון זיי באַקומט אַ טאָפּעלע זופּ.

אַקעגן-איבער דייַנע אויגן גליען די שטעכלדראָטן מיט דער לעצטער שקיעה. זיי צעבייַטשן דעם האָריזאָנט ווי שאַרפע פּראָזשעקטאָרן-ריטער. די מיידל-קאָמאַנדע מאַרשירט צווישן זיי ווי אַ פֿאַרלוירענער פֿליער אויף דעם שונאס ברענענדיקע הימלען. מען זעט די נאַקעטע בייַנער פֿון זייערע מאַרשירנדיקע פֿיס. זיי טראָגן מיט זיך די שטילע גסיסה פֿון טאָג אויף די וויעס פֿון זייַערע אויגן. איז נישט דאָרט דייַנע אַ שוועסטער ? אַ מוטער? אַ געליבטע?

לינקס !

לינקס!

צוויי-דרייַ-פֿיר – לינקס!

מוזיק אין קרעמאַטאָריע.

ווער פֿון דייַן פאַמיליע, קאָן עס זייַן, איז איצט געבראַכט געוואָרן צו דער קרעמאַטאָריע? דו שטרענגסט אָן דייַן זכרון, דו ווילסט זיך דערמאָנען: ווער פֿון דייַן נאָענטער אָדער ווייטער פאַמיליע איז נאָך פֿאַרבליבן אין דרויסן, בשעת מען האָט דיך אַוועקגעפֿירט קייַן אוישוויץ?

- - טצאַץ... טצאַץ... טצצצצאַטצאַץ...

אָרקעסטער-פּלאַץ - -

אָוונט-אַפּעל. באַלד וועט דער טויער זיך עפענען. דער ראַפּאָרט-פירער וועט אָנקומען. ס.ס.-מענער וועלן צייַלן.

אָרדענונג.

שטיל. אַ טאָג גייַט אַרויס פֿון לאַגער. דייַן טאָג. דו קוקסט אים נאָך - -

עפּעס בענקט זיך בשעתן אָוונט-אַפּעל –

וואָס בענקט דייַן האַרץ בשעתן אָוונט-אַפּעל אין אוישוויץ?

 

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407907

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©