דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ / דרייצנטער עטאַפֿ:

אין ריי צו דער קרעמאַטאָריע



ק. צטניק [1909-2001]



שורות.


נאַקעטע שורות.

געלע נאַקעטעט סקעלעטן שטייען אויסגעשטעלט פּינקטלעך , גלייַך, גרויס צו גרויס, קליין צו קליין –

,,שטילשטאַנד !"

צו מאָרגנס נאָך דער גרויסער סעלעקציע. באַלד וועט מען אויסרופֿן די נומערן וואָס דאַרפן אַוועקמאַרשירן צו דער קרעמאַטאָריע.

אַלע שטייען אויסגעשטעלט אויף די אַפּעל-פּלעצער. יעדער בלאָק אויף זייַן צוגעטיילטן אַפּעלפּלאַץ. נאַקעטע שורות. הונדערט אין דער ברייט. ,,זעמטלעכע יודען אַנטרעטן!"... קיינער ווייסט נאָך נישט ווער עס איז נעכטן בשעת דער סעלעקציע געוואָרן אויפֿגעשריבן. באַלד וועט מען דאָס וויסן, באַלד וועט מען אַרויסלייענען די נומערן.

דאָס פּעקל אוישוויצער קליידונג ליגט אויף דער ערד לעבן די פֿיס, צונויפֿגעלייגט מיט אַ סדר: צו ערשט די מאַרינאַרקע, דערויף די הויזן, פֿירקאַנטיק צוזאַמענגעלייגט. שורות נאַקעטע לייבער אויבן, שורות קופּקעלעך קליידונג אונטן. פּינקטלעך.

דייַטשיש פּינקטלעך.

דער לעצטער אַפּעל. דער לעצטער אָפּשייד. אַלץ איז פֿון דיר שוין געוואַרן צוגענומען. דעבליבן בלויז דאָס וואָס ליגט נאָך פּאַרשטעקט ערגעץ אינעם סקעלעט דייַנעם ; דאָס וואָס דו רופֿסט עס : לעבן. דאָס וואָס דו ציטערסט אַזוי דעריבער. די קרעמאַטאָריע גייט ע ס איצט צונעמען. דו גופֿא וועסט דאָס באַלד דאָרט אַהין צו איר אַוועקפֿירן.

ס'איז העל. ס'איז ליכטיק. פּלוצלונג זעט מען אַ הימל. אַ לויטערער הימל. ביז איצט האָט מען נישט געוווּסט, אַז אין אוישוויץ איז פֿאַראַן אַ הימל. ערשט איצט, בשעתן לעצטן אַפּעל, ממש אין דער לעצטער מינוט, אַנטפּלעקט ער זיך פֿאַר די אויגן.

אַ שטיק זון ליגט אויף דער וואַנט פֿון קעגנאיבערדיקן בלאָק. דער אַפּעלפּלאַץ ווערט דיר פּלוצלונג ליב ווי אַ וואַרעמע היים. ער – דער שוידערלעכער אַפּעלפּלאַץ, אויף וועלכן דו האָסט אַזוי פֿיל געליטן, דו דערקאָנסט אים נישט מער. פּלוצלונג ווערט ער דיר טייער, אַלץ ווערט דיר דאָ טייער. דאָ איז איצט דייַן היים. דייַן וועלט. דאָ לעבט מען ! די שורות נאַקעטע סקעלעטן ציטערן. קיינער וויל זיך נישט שיידן פֿון אַפּעלפּלאַץ.

דער הויפּט-שאָסיי איז ליידיק. אַלע אויגן צו אים געשפּיזלט. קיינער ווייסט נישט וואָס אַזעלכעס עס קומט פֿאָר אין קרעמאַטאָריע, נאָר יעדערער קוקט צום ליידיקן הויפּטשאָסיי, וואָס ציט זיך אַדורך לענגאויס די אַפּעלפּלעצער און זעט דאָרט דעם אַנטפּלעקטן סוד פֿון קרעמאַטאָריע: די אויפֿגעשריבענע נומערן וועלן באַלד אַרויסטרעטן פֿון די אַפּעלפּלעצער און זיך דאָרט אַוועקשטעלן.

 

דער הויפּטשאָסיי איז איצט די קרעמאַטאָריע.

 

די זעלביקע ליכט. דער זעלביקער הימל. דאָ – דער אַפּעלפּלאַץ, דאָרט – דער הויפּשאָסיי. קנאַפּע צוויי צענדליק מעטער טיילן זיי פֿונאַנדער. די זעלביקע ליכט און געלע זאַמד. באַלד וועט מען אויסשרייען פֿון אַ ליסטע די אויפֿגעשריבענע נומערן. אויגן קוקן צו דער לאַנגער פֿאָדערשטער שורה : הונדערט רוקנס, נאַקעטע סקעלעטן אויסגעשטעלט איינער לעבן צווייטן ; אַ לאַנגער געלער פּאס שטאָף אויסגעדריוולט און אויסגעטראָלדט מיט גלייך אַראָפּגעקעמטע פֿעדעם. יעדער פֿוס – אַ פֿאָדעם.

 

יעדער טראַכט : איך בין נישט קיין מוזלמאַן. איך בין געזונט און שטאַרק. איך בין נישט צווישן די אויפֿגעשריבענע. מ'זאָגט אַז בשעת דער סעלעקציע קוקט דער לאַגעראַרצט קודם-כל אויפֿן געזעס. דער עיקר – דער געזעס. קוקנדיק אויף דער אויסגעשטעלער פֿאָדער-שורה, טראַכט יעדער ביי זיך: איך האָב נאָך דאָרט פֿלייש. ער וויסט אויף זיכער אַז ער האָט נאָך פֿלייש. ער ווייסט אויף זיכער, אַז אַזוי קוקט בשום-אופֿן נישט אויס זייַן הינטן. נאָך עפּעס : אויב אַנדערע קוקן אָט אַזוי אויס האָט אים דער לאַגעראַרצט נעכטן זיכער נישט אויפגעשריבן. פֿאַרקערט, ס'איז גוט צו שטיין בשעת אַ סעלעקציע צווישן אָט אַזעלכע. דייַנע שאַנסן זענען זיכערער.

יעדער קוקט אויף די אויסגעשטעלטע לעכער-געזעבן וועלכע ציען זיך לענגאויס פֿאַר די אויגן און איז בּשעת מעשה צופֿרידן. יעדער זוכט מיט די אויגן וואָס טיפֿערע לעכער;  וואָס מער פֿאָדעם-דינע פֿיס. אין האַרצן פּיקט אַ האָפֿענונג.

ס'איז שטיל. שורות אויסגעשטעלטע סקעלעטן שטייען און שווייגן. ס'איז טאָג. פּלוצלינג דערפֿילט מען אַ טאָג. ס'איז פֿאַראַן אַ נאַכט און ס'איז פֿאַראַן אַ טאָג. נאָך אַנאַכט קומט אַ טאָג וועט מער נישט קומען קיין נאַכט, דערפֿילט מען פּלוצלינג – אַ טאָג. מער פֿון אַלעמען טוליען זיך מוזלמאַנישע ביינער צו אַזאַ וואַרעמער ליכטיקער טאָגיקייט.

שטיל. אַ סאַך ליכט ליגט דאָ אויפֿן אַפּעלפּלאַץ. אומעטום איז פֿול מיט הימל. די שורות שטייען אָפּגערוקט אַכציק סענטימעטער איינע פֿון דער אַנדערער, און דער הימל ליגט אויף די געלע רוקנס פֿון דער פֿאָדערשטער שורה סקעלעטן.

אַלץ איז באַלויכטן. אויפֿן ליידיקן הויפּטשאָסיי זעט מען קלאָר – דעם טויט.

בלאָק-עלטעסטע לויפֿן אַהער און אַהין. די אַלמעכטיקע געטער פֿון לאַגער זענען איצט זייער באַשעפֿטיקט.

זיי זענען פַֿאַרהאַוועט און פֿאַרפּאָרעט. ס'לייגט זיך שווער אויפֿן שכל, אַז דאָס אַלץ איז לכבוד די נאַקעטע געלע ביינער וואָס שטייען דאָ אויסגעסדרט.

אַ לויטערער הימל איז אויסגעשפּרייט איבער די גאָלע שיידלקעפּ. די ליכט פֿון טָאג שטייט אין דער לופֿט ווי אַ גאָלדענער טייַך. די שטילקייט גיסט זיך אַריין אין די אויערן און פֿאַרשטאָפּט זיי. גאַנץ אוישוויץ שווייַגט.

ווייַט, ווייַט, איבער די דעכער פֿון די בלאָקן ציט זיך אַ גראָדליניקער פּאַס רויך צום הימל - בלאָ און יום-טובדיק. אַ ליכטיקער הימל. לויטער. שטיל. מיט אַ בלאָען וואָלקן קרעמאַטאָריע-רויך.

דער טויט גלעט דיר דאָס פּנים מיט זוניקע ליכט, מיט אויסגעשפּרייטן הימל, מיט שווייַגעניש :

 

- ס'וועט דיר נישט וויי טאָן.

 

- באמת נישט ?

 

- זעסט דאָך ווי שטיל עס ציט זיך דער רויך צום הימל.

 

דער לאַגער-עלטעסטער לודוויק ! שטענדיק טראָגט זיך פֿון אים דער אויפֿשוידערנדיקער געשרייַ . לודוויקן זעט מען נישט. לודוויקן הערט מען. נישטאָ קיין העפֿטלינג וועלכער זאָל נישט לויפֿן זיך פֿאַרשטעקן בשעת איברערן לאַגער טראָגט זיך לודוויקס געשריי. איצט קאָן קיינער נישט אַנטלויפֿן. זייַן געשרייַ גייט פֿון איין עק לאַגער צו דעם צווייטן. מען ווייסט נישט וווּ, בייַ וועלכן בלאָק ער געפֿינט זיך. פֿון הינטן אָדער פֿון פֿאָרנט.

באַלד וועט עס זיך אָנהויבן. אויס מחשבות. צוריק אוישוויץ. צוריק סעלעקציע. צוריק קרעמאַטאָריע. לודוויק ! באַלד וועלן זיי אַהערקומען, אַרויסלייענען די אויפֿגעשריבענע. דער הימל ציטערט אויף די ביינער-אַקסלען פֿון די געלע שורות. אַלץ ציטערט. ציינער קלאַפּן. ס'איז קאַלט. דו ווייסט נישט צי דייַן לייַב שטויסט זיך אַזוי אין די נאַקעטע ביינער פֿון דייַנע שכנים, אָדער צי זיי ציטערן דאָס אַזוי און שטויסן זיך אָן אין דיר.

 

באַלד וועט עס זיך אָנהייבן.

 

שכנים פֿון איין פּריטשע, באַקאַנטע פֿון איין טראַנספּאָרט, שטייען איינער לעבן דעם צווייטן. אויגן דרייען זיך אויס צו אויגן. אַ פּאָר אויגן פֿרעגן :

-           ווי קוק איך אויס ?...

 

די צווייטע פּאָר אויגן גיבן אַ לויף איבער דעם נאַקעטן סקעלעט פֿון פֿרעגער. זיי געדענקען אים נאָך פֿון דער היים :

 

- גוט . דו זעסט אויס גוט. דער ענטפֿער רייסט זיך פֿון מויל אַרויס שנעל ווי נישט דאָס וואָלט געווען דער עיקר.

דער עיקר איז :

 

-           און ווי קוק  א י ך  אויס ?

דעם ערשטנס אויגן באַרוּיִקן זיך פֿון באַקומענעם ענטפֿער, אַ שטייגער ווי ער וואָלט באַקומען די תּשובה  פֿון  לאַגעראַרצט  גופֿא. דער ענטפֿער האָט איצט  צוגעטראָפֿן זייַנע באַהאַלטענע  געפֿילן. ס'ווערט   אים   שרעקלעך  גוט. ער ציטערט אַזש אויף פֿון גוטסקייט. יאָ, ער דערמאָנט זיך : דעם צווייטנס אויגן וואַרטן דאָך אויף תּשובה. ער דאַרף ענטפֿערן אויף דער געשטעלטער פֿראַגע. קוקט ער רויף דעם לייַב פֿון צווייַטן : ביינערדיקער, אויסגעטרוקנעטער סקעלעט –  -

 

 - גוט, דו זעסט אויס גוט... – אין דערבייַ טראַכט ער : אָן ספֿק אַן אויפֿגעשריבענער ! ס'איז דאָך גאָר נישט קיין צורה פֿון אַ מענטש ! ער געדענקט נאָך ווי יענער האָט אויסגעזען אין דער היים. ער דעדענקט אים נאָך פֿון די ערשטע טעג אין לאַגער. מיט זיך גופֿא איז ער כּמעט זיכער. ס'האַרץ גיט אים האָפֿענוג. ער באַמערקט נישט, אַז ער זאָל זיך האָבן אַ סך געענדערט. ער קען דען נישט זיין אייגן לייב ? ער קוקט דאָך דערויף יעדן טאָג. ניין ! ער זעט נישט קיין שום שינוי. ער דערמאָנט זיך נישט, אַז ער זאָל אַמאָל האָבן אַנדערש אויסגעזען. יעדן טאָג טאַפּט ער זיך. אמת, ער זעט נישט זייַן אייגן פּנים. ער זעט אָבער די פּנימער פֿון אַנדערע און געדענקט גוט ווי זיי האָבן אויסגעזען אַמאָל. ער באַשליסט דעריבער בייַ זיך פֿעסט, אַז ער איז געזונט. ער פֿילט אַז ער איז געזונט. סאַראַ פֿאַרגלייַך איז דאָס ? דער צווייטער איז דאָך ממש אַ סקעלעט ! נישט מער קיין מענטשלעכע צורה ! נאָר איצט, אין אַזאַ מינוט, צו וואָס זאָל ער אים דאָס זאָגן ?

 

און עס פֿאַלט אים גאָרנישט אייַן, אַז פּונקט אַזוי טראַכט איצט דער צווייטער וועגן אים.

 

אויף אַלע שפּראַבן פֿון אייראָפּע, אויף איטאַליעניש און אויף יידיש, אויף פּויליש און אויף האָלענדיש - פֿרעגן איצט אויגן איין און די זעלביקע פֿראַגע : ווי קוק איך אויס ? פֿאַרשידענע קולטורן, פֿאַרשידענע קלימאַטן, פֿאַרשידענע שפּראַכקלאַנגען – אָבער אַלע מיט דעם זעלביקן מיין אין דער פֿראַגע: ,,ווי קוק איך אויס"?...

 

רויך פֿון פֿאַרברענטע ביינער האָט אויף אַלע שפּראַכן די זעלביקע קאָליר.

 

                       *

דאָס איז מער נישט געווען הויפּטשאָסיי, דאָס איז געווען – קרעמאַטאָריע. אַלע האָבן עס געשפּירט, סייַ די וועלכע זענען נאָך געשטאַנען אויפֿן אַפּעלפּלאַץ און סייַ די וועלכע זענען אַריבער אַהערצו.

דאָס איז מער נישט געווען טויט – דאָס איז געווען אוישוויצער טויט. פֿאַראַן אוישוויצער לעבן און פֿאַראַן אוישוויצער טויט. דאָס איז געווען דער טויט פֿון אוישוויצער לעבן. צום געוויינלעכן טויט זענען אַלע דאָ צוגעוווֺינט. קופּעסווייז, קופּעסווייז ליגן זיי הינטער די בלאּקטויערן. אַ טויטער ליגט, אַ געהאָנגענער הענגט. אָבער טויטע זאָלן שטיין און קוקן צו דיר מיט אָפֿענע לעבעדיקע אויגן ?...

 

דאָס איז עס.

 

אָט איז ער, דער פּחד פֿאַר וועמען דער אוישוויצער פּחד האָט געציטערט. מען זעט אים איצט מיט די אויגן. ער שטייט אויפֿן הויפּטשאָסיי און וואַרט מען זאָל דיך צום אים אַריבערפֿירן.

קנאַפּע צוויי צענדליק מעטער ערד טיילן בלויז אָפּ דעם אַפּעלפּלאַץ פֿון הויפּטשאָסיי. שטובן-דינסטן אויסגעשטעלט פֿון ביידע זייטן מיט גראָבע שטעקנס אין די הענט. אַנדערע כאַפּן דערווייַל אַרויס פֿון די שורות די אַרויסגערופֿענע נומערן. דער הויפּטשאָסיי גייט דיר אַנטקעגן : קרעמאַטאָריע ! שטובן-דינסט שלאָגן מיט שטעקנס איבער שיידלקעפּ. דער מוזלמאַן לויפֿט צווישן זיי אַדורך מיטן פּעקל קליידונג אין זייַנע אויפֿגעהויבענע הענט, ווי איינער וואָס גייט אַריבער אַ טייַך, ער לויפֿט גייענדיק און גייט לויפֿנדיק. דאָס פּעקל שטערט אים צו שיצן מיט די הענט דעם קאָפּ. אָבער מוותּר זייַן אויפֿן פֿאַרמעג בשעתן לויפֿן אויפֿן קרעמאַטאָריע-וועג – חלילה, דאָס פֿאַלט אים גאָרנישט איין.

אָנקומענדיק צום הויפּטשאָסיי שרייט פֿון מוזלמאַנס אויגן אַרויס אַ צופֿרידענע שרעק, אַ שלווהדיקער פּחד : ער איז בשלום אַריבער דעם וועג ! ער קוקט מיט גרויסע שוואַרצאַפּלען. פֿון אָפֿן-שטייענדיקן מויל רינט אַ לאַנגער גאַווער, פֿון דער נאָז – אַ לייכעץ. ערוויינט נישט, נאָר פּישטשעט מיט גאַנצן כוח און טענהט פֿאַר עמעצן, אַ נישט זעעוודיקן ; ער דערציילט אים עפּעס-וואָס אָן אויפֿהער. דאָס קול קומט בייַ אים נישט אַרויס פֿון אָפֿן-שטייענדיקן מויל נאָר פֿון די ריפּן קומט עס אַרויס. דאס קול קלאַפּט דאָרט ווי אַ פאַרמשפּטער מיטן קאָפּ אין די קראַטן פֿון זייַן צעלע. ער פּישטשעט אין דער לופֿט אַריין מיט אַ קול וואָס איז תחילת ברייט, פֿלאַך, געקאַרבט ווי דער קאָפּ פֿון אַ טשוואָק, דערנאָך לאַנג, רונדיק, דין-פֿאַרשפּיצט. ער הערט נישט אויף צו דרייען מיטן קאָפּ ווי צו אַ פֿאַרהוילענעם טאַקט און פּישטשעט מיטן גאַנצן כּוח.

טאָג און נאַכט, ליגנדיק אויף דער פּריטשע, האָט ער געאַנט וועגן דעם איצטיקן שטיין דאָ. ער האָט  דאָס  געזען  מיט צוגעמאַכטע אויגן. דאָס האָט געשטראָמט אין זייַנע אָדערקאַנאַלן אָנשטאָט בלוט. דער וויי דערופֿון איז געלעגן אינעווייניק אין אים און דער פּחד פֿאַר דעם איז געשטאַנען פֿון דרויסן פֿאַר די אויגן. ער האָט עס געזען, אָבער פֿון דעסוועגן האָט ער געהאָפֿט, אַז ער זעט עס נאָר. אים וועט עס אפֿשר אויסמיידן. איצט, שטייענדיק אויפֿן הויפּטשאָסיי, זעט ער פּלוצלינג עפּעס אַזלכעס וואָס פֿריער האָט ער וועגן דעם נישט געאַנט : דער פּחד איז אַרייַן אינעווייניק אין זייַן געביין און דער וויי הענגט פֿון דרויסן פֿאַר די אויגן. ס'טוט אים נישט וויי אינעווייניק, נאָר פֿון דרויסן. דער אויסגעשפּרייטער הימל איבער די אויגן – טוט אים וויי. דער טאָג טוט אים שרעקלעך וויי. דער אַפּעלפּלאַץ צווישן די צוויי בלאָקן, דאָרט ווו עס שטייען די איבערגעבליבענע – טוט אים מוראדיק וויי. דער האָריזאָנט וואָס איבער די שטעכלדראָטן ציט פֿון אים אַרויס לאַנגע פּלאַכטעס ליכט. די פּלאַכטעס ציען זיך, ציען זיך אָן אַ סוף. ער ווייסט נישט צי עס ענדיקט זיך איצט אַלץ אָדער עס הייבט זיך איצט ערשט אָן ; צי שטאַרבט ער איצט אָדער ער ווערט איצט געבוירן. באַלד וועט מען אים אַוועקפֿירן צו אַ שוידערלעכער אומבאַווסטקייט. ער טרינקט זיך אין אָט דער אומבאַווסטקייט ווי אין אַ ים. ניין, ס'איז נישט קיין ים, ס'איז – פּחד ! ער ווערט איצט דערטרונקען אין אַ פּחד. דאָס מויל איז פֿון. ער קאָן נישט שרייען. נאָר אינעווייניק שרייט עמעצער פֿון ערגעץ אַרויס, פֿון אָנהייב ברייט, פֿלאַך, געקאַרבט, און לסוף רונדיק, דין, שפּיציק.

דער  פּחד שרייט  אויפֿן  אוישוויצער  הויפּטשאָסיי  און  דער  עכאָ  ענטפֿערט  אים  אָפּ  פֿון  נאַקעטע  מוזלמאַנישע  ריפּן  אַרויס.

אויף די אַפּעלפּלעצער שטייען  די  איבערגעבליבענע. יענע וועלכע מען האָט נאָך דאָס מאָל נישט אויפֿגעשריבן זייערע נומערן.  זיי קוקן צום  הויפּטשאָסיי, צו די מיט וועלכע זיי זענען אָקאָרשט  געשטאַנען  צוזאַמען, אַקסל  בייַ  אַקסל ;  צוזאַמען געלעגן אויף דער פּריטשע, צוזאַמען געחולמט וועגן דער היים אין זוניק איטאַליע אָדער אין רוישיקן פּאַריז ; געחולמט וועגן גאַסן, טראַמווייען, פֿאָרהאַנגען  איבער  פֿענצטער, און וועגן  אַ קינד  וואָס  האָט  נאָר-וואָס  אָנגעהויבן  שטעלן די ערשטע טריט, לויפֿט, לויפֿט, און פֿאַלט אַרייַן גלייַך אין דייַנע געעפֿנטע אָרעמס. ערשט האָסטו מיט זיי גערעדט און אָט שטייען זיי שוין דאָרט אויפֿן הויפּטשאָסיי. זיי שטייען און קוקן אַהער מיט אַזעלכע גרויסע שטומע אויגן. זיי זענען אַוועקגעגאַנגען פֿון דיר און זיך אפֿילו נישט זעזעגנט. קיין איינציק וואָרט נישט אַרויסגערעדט.  זיי ווייסן דאָך ווואַהין מען פֿירט זיי ! וואָלטן זיי כאָטש נישט געקוקט מיט אַזעלכע אויגן! פֿאַרוואָס שרייען זיי נישט?  פֿאַרוואָס וויינען זיי נישט ? פֿאַרוואָס איז דאָ אַזוי שטיל ?

אויגן קוקן צו אויגן. פֿון הויפּטשאָסיי צום אַפּעלפּלאַץ און פֿון אַפעלפּלאַץ צום הויפּטשאָסיי. מען קאָן נישט קוקן. דאָ, אויפֿן אַפּעלפּלאַץ, כאַפּט דיך פּלוצים אַרום אַ שוידער : ווי אַזוי קאָן אַ לעבעדיקער, אַ באַקאַנטער, וועלכער שטייט דאָרט אויפֿן הויפּטשאָסיי, קוקן צו דיר מיט אָפֿענע אויגן און איז פֿאָרט אַ טויטער ? ווי אַזוי האָבן זייערע אַקסלען ערשט אַ מינוט פֿריער אָנגערירט איינער דעם צווייטן ? דאָס איז דאָך נישט קיין טויטער קערפּער. מיט אַ טויטן קערפּער קאָן מען אַפֿילו צודעקן זיך אויף דער פֿריטשע, עס זאָל נישט זייַט אַזוי קאַלט. אָבער אַ טויטער זאָל שטיין און קוקן אויף דיר מיט אַזעלכע צוויי אָפֿענע אויגן ! רבונו של עולם, פֿאַרוואָס איז דאָ אַזוי שטיל ?...

גאָנג ! גאָנג !!!

בלאָקשפּערע ! בלאָקשפּערע ! !

די געשרייען פֿון די בלאָק-עלטעסטע מישן זיך אויס מיט די מוראדיק קלעפּ אינעם  גאָנג. די איבערגעבליבענע  אויפֿן אַפעלפּלאַץ לויפֿן צוריק אַרייַן אין די ווידער געעפֿנטע בלאָקן. זיי כאַפּן זיך שנעל אַרויף אויף די ליידיקע פּריטשעס, פֿאַרשטעקן זיך, קאָרטשען זיך איין. זיי זענען צוריק אין דער ליבער היים. דאָס האָלץ פֿון דער נאַרע איז איצט ווייַך ווי אַ מאַמעס  שויס. די לופֿט פֿון די ליידיק פּלעצער  פֿון די אַוועקגעגאַנגענע שכנים הילט  דיך  אַרום  ווי אַ וואַרעמע דעק.

אין דרויסן, אויפֿן הויפּשאָסיי, שטייען נאָך יענע און וואַרטן אין ריי צום מאַרש אין דער קרעמאַטאָריע.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407370

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©