דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ / זון אויף דער פּאַרק-גאַס .

ק. צטניק

זון אויף דער פּארק-גאַס :

אין די גרוסע שוי-פֿענצטער פֿון ,,פֿיליפּס" גלאנצט דער ניקל פֿון די ארויסגעשטעלטע עלעקטרישע מכשירים אקייגן דער זון. שטייענדיק דאָ, אינעם ווינקל פֿון סקווער, פֿאַלט דייַן בליק גלייך צו דער טיף פֿון דער פּאַרק-גאַס. איבער דייןַ קאָפּ הענגט דער גרויסער רונדיקער זייגער : פֿינף מינוט צו נייַן ! בייַ אונדז אין שטאָט שטעלן אַלע אָן די זייגערס לויט דעם עלעקטרישן ,,פֿיליפּס" זייגער.

זון אויף דער פּאַרק-גאַס פֿון מעטראָפּאָלי.

די קרוינען פֿון די צוויי שורות ביימער זענען איבערגעצויגן מיט גאָלד ווי די זון וואָלט זיי אָנגעשמירט מיט אַ פּענדזל. וואַס איז אַ ווונדער? סוף-סוף שטייט מען שוין אין ערב סעפּטעמבער. רייס אַראָפּ פֿון קאַלענדאַר אַ בלעטל, און נאָך אַ בלעטל, האָסטו : 1.9.1939 בייַ אונדז אין פּוילן, קאָן מען שוין דרייסט זאָגן : ברודערקע , ס'איז די צייַט פֿון בלעטער-פֿאַל ..

זון אויף דער פּאַרק-גאַס. נאָר מענטשן גייען סייַ אויף דעם טראָטואַר לינקס וואָס איז פֿאַרגאָסן מיט זון, און סייַ אויף דעם טראָטואַר רעכטס, וואָס איז פֿאַרהאָנגען מיט אַ שאָטן פֿון די הייזער ווי מיט אַ לאַנגן שירעס-לייוונט. אינדערפֿרי, אַז דו גייסט אַרויס פֿון שטוב, כ'לעבן, קאָן נישט שאַטן אַביסל זון, בפֿרט אַז באַלד וועסטו ווידער אַריין צויישן ווענט פֿון דייַן אַרבעטס-פּלאַץ.

סוחרים קומען אָן פֿון דער האַנדלס-גאַס, זיי הויבן אויף די אויגן צום זייגער וואָס איבער דייַן קאָפּ, און איילן ווייַטער צום פּאָסט-אַמט. אויף די טרעפּלעך, בייַם אַריינגאַנג , דרייען צו זיי די אַרויסגייענדיקע מיט די קעפּ : נישטאָ נאָך וואָס אַריינצוגיין ! שוין דער צווייטער טאָג ווי די פּאָסט-פאַכן זענען לער. פֿונדעסטווגן גייען זיי פֿאָרט אַריין. אויף צוריקוועגס גייען זיי שוין פּאַמעלעכער. די פֿיס טראַכטן. קאָנסט אָנרירן די אומצופֿרידענע אומגעדולידיקייט אויף זייער פּנים. אַ שטייגער, אַ צוזאַמענגעלאַף אין גאַס פֿאַרשטעלט דיר פּלוצלינג דעם וועג . ס'גייט דיך נישט אָן וואָס דאָרט איז געשען. אָבער ווייַטער גיין קאָנסטו פֿאָרט נישט.

דער שפּאַציר-וועג צווישן די צוויי ביימערשורות איז כמעט לייידיק. דער קליינער מאָני לויפֿט אויף זייַן ראָווערל ווי אַ טייוול : - העי, מאָני ! דו וועסט הייַנט מאַכן אַ שפּאָר ביסל קילאָמעטערס !...

דער קליינער דרייט-אויס, פֿאַרבייַפֿליענדיק, דעם קאָפ : -

יאָ , מייַן הער ! איבערמאָרגן הויבטאָן די שול !

ריכטיק , מאָני, איבערמאָרגן אין דער יעצטיקער צייַט וועסטו נישט קאָנען אַרומפֿליען אויפֿן ראָווערל. נוץ-אויס דייַן צייַט.

אויף די ברייטע מאַרמאָר-טרעפּ פֿון קרייז-געריכט גייען פֿיס אַרויף-אַראָפּ, מ'קאָן זאָגן ווי נעכטן-אייערנעכטן. אין פֿראָנט, איבערן הויפּט-אַריינגאַנג, שטייט די געטין פֿון גערעכטיקייט און זי וועגט מיט פֿאַרבונדענע אויגן די ווייסע ליכט פֿון טאָג אויף איר וואָגשאַל.

די פֿאַמיליע שאַצקעס קערט צוריק פֿון דער באַן-סטאַציע באַלאָדנט מיט שווערע וואַליזקעס אין די הענט. זייערע קינדערלעך, דאָס קליינוואַרג, האַלטן זיך איינער בייַם הענטל פֿון אַנדערן. זיי ציען זיך נאָך זייער טאַטע-מאַמע באלכסון איבער דעס סקווער. פֿון קיין שום זייַט דראָט דיר היינט נישט קיין סכנה פֿון ראָד-פֿאַרקער.  זייערע אויגן הוחבן זיך צום היימישן באַקאַנטן זייגער ;  ס'האָט נישט קיין זין צו וואַרטן לעבן דער באַן-סטאַציע. מענטשן וואַרטן שוין דעם צווייטן טאָג און קיין סימן פֿון קיין באַן איז נישט צו זען. מ'זאָגט אַז די וועגן זענען פֿאַרלייגט מיט המונים. ווער קאָן דיר הייַנט ראַטן ? און וווּאַהין וועסטו זיך שלעפּן מיט פּיצלעך קינדער ?

מאָני לויפֿט-אָן ווי אַ ווינט. ער שטעלט אַראָפּ אַ פֿוס פֿון ראָווער ווי אַ ברעקס. ער הויבט-אויף די אויגן צום זייגער און קאָן נישט פֿאַרשטיין : געוויינלעך, אין דער איצטיקער צייַט, זיצט שוין פֿרוי דאָקטאָר לואיסאָן אויפֿן גאַניק : ,,מאָנקעלע גאָלדנס !" – רופֿט זי. און אַ טעוועלע ,,סושאַרד" פֿליט צו אים אין די העט אַריין.

- פֿרוי דאָטאָר ! פֿרוי דאָקטאָר ! – רופֿט דאָס יינגל צום גאַניק, און דער גלאַנץ אין זייַנע אויגן טראַכט און וועגט : אפֿשר נישט געדאַרפֿט רופֿן ? ווען ער מאַכט נאָך איין רונדע, צוריקקומענדיק וואָלט ער שוין געפֿונען פֿרוי דאָקטאָר לואיסאָן אַ זיצנדיקע אויפֿן גאַניק. אַ גוטער טאָג הייַנט אויפֿן שפּאַציר-וועג. כמעט נישטאָ קיין מענטשן. בלויז פּלייצקעס פֿון צוציקלעך, ארום די זאַמד-גריבלעך. – פֿרוי דאָקטאָר ! .. פֿרוי דאָקטאָר ! ..

- מאָנקלעלע, גאָלדנס ! – אויף דעס ווייַס-פֿאַרפֿלאָכטענעס האָר-קאָקס פֿון פֿרוי דאָקטאָר לואיסאָן זיצט אַ שוואַרצינקער רייזע-הוט – הייַנט מוזטו מיר מוחל זייַן. ווייסט נישט, גאָלדנס, אַז אַ מלחמה קומט פֿאָר בייַ דער גרענעץ ? לויף אַהיים, מאָנקעלע . בעסער הייַנט צו זיצן אין שטוב.

פֿאַרבייַגייער בליקן אַרויף צום גאַניק מיט שטומע, ברוגזע אויגן : מענטשן מאַכן אַ פּאַניק!צי איז עס דען דער ערשטער פּאַטראָלן-צוזאַמענשטויס דאָרט אויף דער גרענעץ ?

דאָס יינגל כאַפּט זיך אַרויף אויפֿן ראָווער. דער ווינט בלאָזט אָן דאָס העמדל אויף זייַן פּלייצע : - ,,אין שטוב " ? אָ, ניין ! .. איבערמאָרגן הויבט זיך אָן די שול, פֿרוי דאָקטאָר !

פֿון באַר-פּאָלסקי קומט אַרויס אַ מיליטער-מאַן אויף וואַקלענדיקע פֿיס, אַ פֿלאַש וואָדקע אין זייַן אויסגעשטרעקטער האַנט. די זון גלאַנצט אויף דאָס העל-לעדערנעס פּאַסעק פֿון זייַן מונדיר. אַרויס אַ שפּאָגל-נייער פּאַסיק. ער זוכט די ערד, אויף וועלכער ער דאַרף שטעלן דעס קומעדינקן טראָט און כאָרכלט אויפֿן העכסטן טאָן דאָס נייעס מיליטערישן שלאַגער:

          אויב מיר וועלן אָנהויבן די מלחמה אינדערפֿרי –

          וועלן מיר עסן מיטאָג אין בערלין - -

          אוי, אוי , אוי , מיטאָג אין בערלין ..

דער אויבער-קעלנער שטייט אין דער אָפֿענער טיר פֿון באַר. ער קוקט צום סאָלדאַט מיט אַ צעשמייכלטן רונדיקן פּנים. די זון כאַפּט זיך אַרויף אויף די אַטלאַס-גלאַנציקע קלאַפּעס פֿון זייַן שוואַרצן סמאָקינג, קלעטערט אויף די איינצלנע אַרויפֿגעבאַרשטע האָר וואָס אויף זייַן גלאַנציקן קאָפּ. ער איז שטאָלץ. דער מיליטערישער שלאַגער רייצט אים העראָישע קאַמפֿסלוסטיקייט. דאָס לידל טראָגט זיך איבער דער פּאַרק-גאַס, איבערן סקווער. פֿון אַלע זייַטן קוקט מען צום סאָלדאַט. אַלע אויגן זענען צו אים געווענדט מיט סימפּאַטיע. פֿאַרבייַגייער מאַכן פֿרייַ דעם וועג פֿאַר זייַנע וואַקלדיע טריט. די לופֿט איז אָנגעפּאָמפּאָמפּעט מיט שפּאַנונג, האַזאַרד, און זעלבסט-אויפֿאָפּפֿערונג.

           ,,--אוי, אוי, אוי, מיטאָג אין בערלין ... "

פֿון שול-געסל קומט-אָן אַ ייד. ער דריקט דעם טלית-תּפֿילין זאַק הינטערן אָרעם. הויבט נישט אַרויף די אויגן. ער און זייַן באַשעפער. די שטערן-קנייטשן ציען זיך ווי האַרמאָניקע-פֿאַלדן ביז אין זייַנע פּיאות און באָרד. פֿון דער אַקייגנ-איבערדיקער גאַס קומט אים אַקייגן איינער אין הויכע שטיוול, לעדער-קורטקע. דער ייד דערפֿילט די סכּנה אין אָפּהילך פֿון די דערנענטערנדיקע שטיוול-טריט. ער שאַרט זיך אַראָפּ פֿון טראָטואַר און מיידט אויס דעם אָנפֿאַלער.

,,די יידן האָבן פֿאַרקויפֿט דאָס לאַנד צו היטלערן !"
שאַלט אַרויס דער באַשטיוולטער צו די פֿאַרבייגייער ווי זיך צו אַ מאַסן-רעדנער. דער שיכורער מיליטער-מאַן דערנענטערט זיך צו אים, לייגט אַרויף די האַנט מיט דער פֿלאַש וואָדקע איבער זייַן אַקסל : ,, ריכטיק ! – זאָגט ער – גאָלדענע ווערטער ! די יידן גרייטן צו אַ מלחמה קעגן היטלערן ! " ... דער מאַסן-רעדנער טוט אַ פֿיר מיט דער האַנט איבער דער גאַנצער פּאַרק-גאַס : ,, אָט די אַלע דאַרף מען אויסראָטן, וועט נישט זייַן קיין מלחמה !"...

אויפֿן האָריזאָנט בלויט דער רויך פֿון פֿאַבריק-קוימען פֿון די ,,ברידער גוטשיין". קאָלירט בעטצייג בייכיקט זיך אויף געעפֿנטע פֿענצטער פֿונוואַנען עס טראָגט זיך פֿרימאָרגן–ריטם פֿון שטיבער-אויפֿרוימעריי. פֿרויען-הענט קלאַפּן אויף פּוכיקע קישנס, און די געשרייען פֿון רעניאַ זיידנער – די 14-יאָריקע שילערין וואָס קריגט זיך מיט איר מוטער פֿאַר נישט דערלובין איר פֿאָרן מיטן שול-אויספֿלוג – שטין זיך פֿון אָפֿענעם פֿענצטער אין גאַס אַריין.

,, ראָז מאַרי אויף דער וועלט .. " – זינגט דאָס הויז-מיידל אויף אַ באַלקאָן בשעתן קלאַפּן דעם טעפּיך.

-אַ שיינער פֿילם ? – פֿרעגט דער חלל פֿון אָפֿענעם אַקיינג-איבערדיקן פֿענצטער.

- אייל דיך צו ! איבערמאָרגן דער ,,ערשטער" – מען טוישט דאָס פּראָגראַם אין קינאָ.

אויפֿן גרויסן רונדיקן ,,פֿיליפּס"–זייגער שטייען די ווייזער ווי הענט פֿון אַ פֿאַרקער-פּאָליסמאַן בשעת ער פֿאַרהלאַט דעם פֿאַרקער אַקייגן זייַן פּנים און לאָזט אים שטראָמען צו אַ זייט. אַקטוראַט : - 9.

אין אונדזער שטאָט ציען אַלע אָן די זייגערס לויט דעם עלעקטרישן ,,פֿיליפּס"–זייגער. דאָס געדויערט אייגנטעלך אַ רגע. נאָר אַז דייַן בליק פֿאַלט אויף די צוויי שורות ביימער פֿון דער פּאַרק-גאַס, קאָנסטו אים פֿון דאָרט נישט לייכט אָפּרייסן. נאָך אַלעמען איז דאָך דאָ געשטאַנען דייַן וויג --

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407658

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©