אָ, איר קליינע ליכטעלעך
טעקסט: מ. ראָזענפֿעלד
מוזיק : לעאָ ליאָוו
אָ, איר קליינע ליכטעלעך
איר דערציילט געשיכטעלעך,
מעשהלעך אָן אַ צאָל.
איר דערציילט פֿון בלוטיקייט,
בריהשאַפֿט און מוטיקייט –
ווונדער פֿון אַמאָל.
ווען איך זע אייַך שמינקלענדיק,
קומט אַחלום פֿינקלענדיק,
רעדט אַן אַלטער טרוים:
"ייד, דו האָסט געקריגט אַ מאָל,
ייד, גו האָסט געזיגט אַמאָל", -
גאָט, דאָס גלייבט זיך קוים !...
ס'איז בייַ דיר אַ טאָלק געווען,
ביסט אַ מאָל אַ פֿאָלק געווען,
האָסט אַ מאָל רעגירט :
האָסט אַ מאָל אַ לאַנד געהאַט,
האָסט אַ מאָל אַ האַנט געהאַט !" –
אך ! ווי טיף דאָס רירט !
אָ, איר קליינע ליכטעלעך !
אייַערע געשיכטעלעך
וועקן אויף מייַן פּייַן :
טיף אין האַרץ באַוועגט עס זיך
און מיט טרערן פֿרעגט עס זיך :
וואָס וועט איצטער זייַן ?...