ערב-פּסח בעת דעם געטאָ-אויפֿשטאַנד
"ספר קדושים" פֿון מנשה אונגער, ניו-יאָרק,
פֿאַרלאַג שולזינגער, 1967, ז''ז 311 – 320).
די פֿרומע יידן האָבן זיי נישט געוואַלט מוותר זייַן אַפֿילו אויף אַ קיצו של יוד פֿון די יידישע דינים.
דער גאון ר' לייב פֿרומער האָט כּסדר געלערנט אין שאָפּ פֿון אויסנווייניק, חכמי לובלין, האָט געאַרבעט אין שאָפּ בייַ ר' אברהם הענדל, אַלס אַרבעטער פֿון ,,האָלץ-פּעלץ-שיך", וואָס דער שאָפּ האָט אויסגעַרבעט פֿאַר די דייַטשע סאָלדאַטן אויפֿן רוסישן פֿראָנט.
דער גאון ר' לייב פֿרומער האָט געסדר געלערנט אין שאָפּ פֿון אויסנווייניק, און פֿאַר פּסח, ווען די יידן האָבן זיך געגרייט צום געטאָ-אויפֿשטאַנד, האָט ר' לייב פֿרומער פֿאַרלאַנגט פֿון ר' אברהם הענדל, דעם אָנפֿירער פֿון שאָפּ, ער זאָל לאָזן כֿעמיש אונטערזוכן דעם מאַרגאַרין, וואָס מען צעטיילט אין שאָפּ אפֿשר איז דערין אַריינגעמישט געוואָרן טריפֿהנע פֿעטס.
דער פּיאַסעטשנער רבי, ר' קלונימוס קלמן שפּיראָ, האָט געזעצט אַ ספּעציעלן
בּית-דין אין וואַרשעווער געטאָ מען זאָל מתּיר זייַן צו עסן קטניות אין פּסח.
ערב-פּסח, ערב דעם אויפֿשטאַנד, איז אַריינגעקומען אין שאָפּ דער סאָקאָלאָווער רבי, ר' בנימין מאָרגנשטערן, וואָס איז געוואָרן רבי אין געטאָ אויפֿן פֿאָטערס אָרט, און געבעטן, אַז ר' אברהם הענדל זאָל אים געפֿינען אַ גוי צו פֿאַרקויפֿן אים דעם חמץ.
,,איך האָב נעכטן געמאַכט שטר מכֿירות אין געטאָ – האָט דער רבי געזאָגט –
און איצט האָב איך נישט וועמען צו פֿאַרקויפֿן דעם חמץ, ווייַל די פֿאָליאַקן זענען
הייַנט נישט געקומן אין געטאָ אַריין".
,,איך האָב איבערגעקויפֿט דעם פֿאַליאַק סטאַנסקי – דערציילט אברהם הענדל – אַ שונא-ישראל, און ער האָט אָפּגעקויפֿט דעם חמץ בייַ דעם רבין.
עטלעכע טעג פֿאַר פּסח זענען יידן געגאַנגען בייַ נאַכט אין געהיים אין געטאָ שעפֿן ,,מים שלנו", כדי עס צו באַנוצן בייַם באַקן מצות.
פֿריץ שולץ, אַן אַריינגייער בייַ די דייטשע פֿירער, האָט איבערגעגעבן עטלעכע
טעג פֿאַר פּסח, אַז ,,די יודען וועלן עטוואַס ערלעבן אין פֿייערטאַגע" (=די יידן וועלן עפּעס איבערלעבן אין פּסח).
איך האָב דאָס איבערגעגעבן צו די, וואָס האָבן עס געדאַרפֿט וויסן און דאָס האָט נישט געשטערט די פֿרומע יידן זיך מוסר נפֿש צו זייַן צו שעפֿן ,,מים שלנו" פֿון אַ טיפֿן ברונעם, אין וועלכן מען האָט געדאַרפֿט אַראָפֿגיין אַ סך שטיגן.
געשעפֿט ,,מים שלנו" האָבן די רביים פֿון קרימעלעוו, פֿון פּיאַסעצנע, פֿון סאָקאָלאָוו. און עס זענען דאָרט אויך געווען די רביים פֿון סטריקעוו, דער אַלטער רב פֿון סאָסנאָווצע, די צוויי ברידער פֿון רבין פֿון אַלעקסאַנדער און דער ברודער פֿון רבין פֿון ראַדאָמסק.
אַלע האָבן זיי געשעפּט ,,מים שלנו" און געזאָטג גערבייַ הלל מיט אַ פֿאַרשטיקטןאָטעם". (איבערגעגעבן פֿון אברהם הענדל אין זשורנאַל ,,בית יעקוב", ירושלים, ניסן תשכ''ג – 1963. וועגן פּיאַסעצנער רבין און זייַן אומקומען אויף קידוש-השם ווערט דערציילט אין ,,ספר קדושים" פֿון מנשה אונגער, ניו-יאָרק, פֿאַרלאַג שולזינגער, 1967, ז''ז 311 – 320).