אַ סדר אין אַ בונקער אינעם געטאָ-אויפֿשטאַנד אין וואַרשע
צבי אַלטוסקי : " מייַן פֿאָטערס לעצטער סדר", לאַנדסבערגער לאָגער-צייטונג , 15 -טן אַפּריל 1946).
אין אַ קעלער איז איינגעאָרדנט געוואָרן אַ בונקער פֿאַר דרייסיק מענטשן, אָבער ערב פּסח, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן דער אויפֿשטאַנד, זענען אין בונקער אַריין עטלעכע זעכציק מענטשן.
ערב פּסח באַלד אין דער פֿרי האָט זיך אָנגעהויבן דער אויפֿשטאַנד. די יידישע קאַמפס-גרופּן האָבן געשאָסן אויף די דייטשן, אוקראַינער, ליטווינער און לעטן אויף עק זאַמענהאָף-גאַס און גענשע-גאַס.
די דייטשן האָבן זיך צוריקגעצויגן אויף אַ ווייַל און זיי זענען צוריקגעקומען מיט אַ פֿאַרשטאַרקערונג, די אַרטילעריע האָט כּסדר באַשאָסן הייזער און זיי פאָר-וואָנדלט אין חורבֿות.
אין בונקער איז געווען דער אַלטער אַלטוסקי, דער פאָטער פון צבי אַלטוסקי, ער האָט אַראָפּגעבראַכט אין בונקער דרייַ מצות און אַ הגדה. ער האָט פֿון צוקער-וואַסער געמאַכט ווייַן, און בייַ נאַכט, ווען אין דרויסן האָבן די דייטשן צעשאָסן הייזער, האָט דער אַלטער אַלטוסקי זיך געזצעט אָפּריכטן דעם סדר. ער האָט געהייסן אָנצינדן צוויי ליכטלעך, אָבער צוליב דער שטיקנדיקער לופֿט האָבן זיי נישט געוואָלט ברענען.
ער האָט אָנגעהויבן " האַ לחמא עניא", און פלוצלונג האָט דאָס הויז אַ שטאַרקן ציטער געטאָן. די דייטשן האָבן אַריינגעוואָרפֿן אַ שטאַרקע באָמבע אין שכנותדיקן הויז, ווו עס האָבן זיך געהאַט פֿאַרבאַריקאַדירט די גרעסטע גרופּע יידיישע קעמפֿער.
אויפֿגעציטערטע, האָבן מיר גענומען בעטן דעם פֿאָטער, ער זאָל אויפֿהערן זאָגן די הגדה, אָבער דער פֿאָטער איז געבליבן איינגעשפּאַרט:
" קינדער – האָט ער געזאָגט – זאָגט שנעל און מיט קדושה "עבדים היינו, איך וויל נאָך באַווייזן אויסצושרייען ,,שפוך חמתך אל הגויים"...
און ער האָט ווייַטער געזאָגט די הגדה.
אָבער נישט באַשערט איז געווען דעם סדר צו פֿאַרענדיקן. באַלד איז אויך אונדוזער הויז אַרומגענומען געוואָרן פֿון פֿלאַמען. מיר האָבן באַשלאָסן אַרויס-צוגיין פֿון בונקער און דורכרייסן זיך אויף דער שכנותדיקער גאַס, אויף דער מייזעלס-גאַס, אָבער בייַם אַרויסקריכן פֿון לאָך זענען עטלעכע און צוואַנציק מאַן אומגעקומען... (צבי אַלטוסקי : " מייַן פֿאָטערס לעצטער סדר", לאַנדסבערגער לאָגער-צייַטונג , 15 טן אַפּריל 1946).