סדר-נאַכט בעת דעם וואַרשעווער געטאָ-אויפֿשטאַנד 
הלל זיידמאַן : טאָגבוך פֿון וואַרשעווער געטאָ

מאָנטיק ,ערב פּסח, דעם 19טן אַפריל, פֿאַלט דער סיגנאַל:

-         ווידערשטאַנד!

דאָס הייסט : באַוואַפֿנטער אויפֿשטאַנד.

די קאָמאַנדע פֿון די באַוואַפֿנטע גרופּן וואַַרפֿט די פֿון לאַנג אָפּגעשמועסטע לאָזונג:

פֿייַער-גרייטשאַפֿט!

אויף זאַמענהאָף 21, פונקט אַקעגן דער קופּיעצקאַ-גאַס, אין דער הויפט-קוואָרטיר פֿון דער "פּאַרטייַ", ריכט מען אויך אָפּ דעם סדר.

     ס'געפֿינען זיך דאָרט אויך הרב ראובן האָראָוויץ {דער מזרחי-עסקן, רב פֿון אליק} הרב זעמעלמאַן פֿון פּשייטש {פֿון צעירי אגודת ישראל} די ברידער ראָדאַל, יוסף קעניגסבערג מיט זייַן איידעם שמחה, מנחם קרישענבוים מיט זייַן טאכטער - וואָס איז געווען דער ,,פֿאַרבינדונגס-אָפֿיציר "מיט די שאָפּן
,,שולץ" און ,,שילינג" – און איידעם בירנבוים, "(פּסעוודאָנים : ,,סטאַשעק", געוון איינער פֿון די אָרגאַניזאַטראָן פֿונעם אויפֿשטאַנד שוויענטאַ-יערסקאַ), ,,אַדעק" זעמבאַ, אַ זון פֿון ה' יצחק מאיר זעמבאַ, צבי זילבערבערג פֿון לובלין, יוסף טענענבוים, פֿאָגעל, פינקעלקרויט, אַניעלעווישט, ,,טאָשיאַ".

די רבנים זאָגן נישט קיין דרשות, נאָר גיבן אַרויס לאָזונגען. רופֿן צו אויסדויער און צום קאַמף.

ביי רבי מנחם זעמבאַ, אויף קופּיעצקאַ-גאַס 7, זענען פֿאַרזאַמלט אייניקע רבנים, ווי הרב בעער פֿון זדונסקע-וואָלע, הרב גאָלדשלאַג פֿון שערפּץ, הרב אליעזר יצחק מייזעלש פֿון לאָדזש, א. ג. פרידענזאָן, דעפֿוטאַט יעקב טראָקענהיים, יוסף שטשעראַנסקי א''אַ.

מ'ריכט אָפֿ דעם סדר. ס'פֿליסן שעהען אין דער שפּעטער נאַכט. וווּנדערלעכע שעהען. די טויטשרעק האָט אָפגעטרעטן אַן אַנדערער שטימונג.

פּסח און אויפֿשטאַנד, יום-טוב און קאַמף.

פּלוצלונג, זייגער האַלב איינס נאָך חצות, הערט מען שיסן : די דייטשן זענען ווידער באַפֿאַלן דאָס געטאָ. (ד''ר הלל זיידמאַן : ,,טאָגבוך פֿון וואַרשעווער געטאָ" בוענאָס-איירעס 1947, ז''ז 288 – 290 און 296 – 299).

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407339

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©