די זעונג איבערן טייַך
אברהם סוצקעווער

 

אַ זעונג האָב איך געזען איבערן טייַך פֿון מייַן היימשטאָט יאָרן צענדליקער נאָך דער געשעעניש:
דער צאָרנדיקער פֿרילינג אויף דער קוים-זשיפּענדיקער ערד איז ניט ענלעך צו קיין שום פֿרילינג וואָס האָט ווען געפֿרילינגט.
מיט זייַנע פֿינצטערע, טאַפּנדיקע נאָזלעכער דערלאַנגט ער בייַם אויפֿטאָג אַ פּאָרסקע, אַ בלאָז איבערן אייַזדעק פֿון טייַך און דער פֿאַרקאָלטנטער אייַז ווערט אַראָפּגעשליפֿן ביזן גליענדיקן בלוי פֿון זייַן צעשפּאָלטענעם שפּיגל.
און דער צאָרנדיקער פֿרילינג דערזעט יעמאָלט באַשייַמפּערלעך, אַז ער איזניט ענלעך צו זייַן פּנים.
עס דונערט און קלימפּערט אינעם אינגעווייד פֿונעם טייַך און אַ שוואַרצער פּאָזשאַר פֿון זיך קנוילנדיקע וואַסערן שלאָגט אַרויס פֿון זייַנע היילן.
ווי אין שלאָף באַשאָסענע ווייַסע בערן קוילערן זיך קריעס.
קריעס איבער קריעס.
דער שוואַרצער פּאָזשאַר פֿון באַקריעטע וואַסערן שווימט אַריבער די ברעגן – צו די נאָענטע דערפֿער!

    אין די נאָענטע דערפֿער קרייען שוין די הענער.
     זיי קרייען צו זייער מלאך – דעם איינציקן שטערן.
     אין די כאַטעס הויערן די האַרן ווי אָנגעזויגענע פּיאַווקעס.
     איבער זיי, אין די ביימערדיקע ווענט, רוען אויך זייערע העק און אַ פֿינגער פֿון זונאויפֿגאַנג ציט אַרונטער די געבליבענע טראָפּנס.
      גאַלאָפּ פֿון באַקריעטע וואַסערן. זיי פֿאַרשלינגען דרויסנווייניק און אינעווייניק די כאַטעס.
בלויז די הענער די אומשולדיקע ווערן האַסטיק אָפּגעריסן פֿון דער ערד און בלייַבן הענגען, צוגעצויגן צו זייער מלאך, אין דער לופֿטן.
אַז די קריעס ציען זיך צוריך פֿון שלאַכטפֿעלד, בלייַן זיי אַ ווייַע בייַ אַ סאָסנעוועלדל אין דער נאָענט פֿון די געוועזענע כאַטעס.
דאָרטן רידלען זיי אַרויס פֿון דער פֿאַרזיגלטער ערד אַ פֿאַרפֿרוירענע חתונה מיט חתן-כּלה און כּלי-זמרים.
אויך אַ האַנט מיט אַ גלעזל רויטן ווייַן ווערט אַרויסגערידלט פֿון דעם סאָסנעוועלדל.
און די קריעסהייבן אַרויף די חתונה אויף זייערע אַקסלען און שווימען אַרייַן אינעם רשות פֿונעם רייַסנדיקן שטראָם.
עסו ועבט זיך פֿון זונפֿעדעם אַ חופּה איבערן טייַך.
די כּלה שמייכלט פֿון הינטערן שלייער, ווי דאָס ערשטע פֿרילינגבלימל פֿון דער פֿאַרשלייערטער ערד.
נאָר פֿאַר וועמען שפּילן די כּלי-זמרים, פֿאַר וועמען שפּילן די כּלי-זמרים?

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407848

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©