אברהם סוצקעווער / פּאָרטעט אין בלויען סוועטער
לכּבֿוד חנוכּה האָט מיר די מאַמע אויסגעשטריקט אַ בלויען וואָלע-נעם סוועטער , אַ ברכה צו מאַכן. מאַמיש-וואַרעם און איינציק אין שטאָט איך פּאַראַדיר אין אים אָן אַ מאַנטל איבערן חנוכה-שניי , וואָס איז הויך געוואָרן מיט מיר צוזאַמען , עולם זאָל זען די שאָנקייט און פּלאַצן פֿאַר קינאה. און אויב ניט פּלאַצן, איז כאָטשבי האָבן אָפּשייַ און דרך – ארץ סייַ פֿאַרן סוועטער און סייַ פֿאַר דעם וואָס איז אינעווייניק. און בעיקר זאָלן האָבן דרך – ארץ די זלינע שרייַבונעס , וואָס פֿאַרמעסטן זיך אונטערצוהאַקן מייַנע פֿליגל נאָך איידע זיי זענען אויסגעוואַקסן