מגילה לידער / פּסתריגתא חלומט
איציק מאַנגער [1901-1969]
פּאַסטריגתא שמייכלט אין שלאָף,
ער זעט ווי אסתרל גייט,
אַזוי ווי זי איז געגאַנגען אַ מאָל,
אין אַ פּשוט סיצן קלייד.
זי גייט א שטילע, אַ באַרוועסע,
און שמייכלט אים פֿרום אנטקעגן
און ס'שמעקט איר יונגער, שלאַנקער גוף
מיט גראָז און מאַיאָווע רעגן.
זי בייגט זיך איבער אים און זאגט:
,,זייַ מיר מוחל, געטרייער !
די ליבע איז פֿאָרט נישט קיין קלייניקייט,
זי ברענט ווי אַ העליש פֿייַער."
און ער – ער שמייכלט גליקלעך און שטיל:
,,גוט וואָס דו ביסט געקומען -
איך האָב פֿאַר בענקעניש און צער
זיך שיר נישט דאָס לעבן גענומען.
קום, לאָמיר שוין איצט אַנטלויפֿן קיין ווין
און לאָמיר אַ חופּה שטעלן -
איך וועל ווערן אַ מיינסטער דאָרט
מיט דריי אייגענע געזעלן.
און דו וועסט גיין אין סאמעט און זייד
און וועסט בלויז קאָכן און בקאַן
און איך אליין וועל פֿאַרוויגן דאס קינד
און אַליין דאָס האָלץ צעהאַקן."
אט זיצן זיי ביידע אויפֿן פֿערד,
וואָס פֿאַרמעסט זיך מיט די ווינטן,
אסתר האַלט די לייצעס אין האַנט
און פאַסטריגתא זיצט פֿון הינטן.
האָפּ ! האָפּ ! האָפּ ! "אוי, אסתר, איך פֿאַל" -
נאר אסתר טוט נישט דערהערן-
טראַך ! אָט ליגט ער אויף דער ערד,
צעבלוטיקט די נאָז און דעם שטערן.
ער הייבט זיך אויף, ער סאַפּעט, ער לויפֿט,
ער וועט זי נאך אפשר דעריאָרגן,
נאָר אסתר פֿאַרשווינדט אין יענער זייט,
ווו דער טאָג הייבט אָן צו טאָגן.
קרעכצט פאסטריגתא איף אוין שלאָף:
,,כ'האָב זי ווידער אָנגעוווירן,
די גילדענע פאַווע האָט ווידער אַ מאָל
אַ גילדענע פעדער פֿאַרלוירן"